From Wikipedia, the free encyclopedia
די מוסר באוועגונג איז א באוועגונג וואס איז געגרינדעט געווארן אין מיטן פון די 19טע יאר הונדערט דורך הרב ישראל סאלאנטער אין מזרח אייראפע. די ציל פון דעם באוועגונג איז געווען צו אויפטון אויף א גרויסן פארנעם אין דעם ענין פון זיך אויסארבייטען די מידות. הרב סאלאנטער האט פארשפרייט די לערע פון מוסר צווישן די המון-עם. זיינע תלמידים האבן בעיקר פארשפרייט מוסר אין די ליטווישע ישיבות, און האבן אפילו אויפגעשטעלט אייגענע מוסר ישיבות. די "בעלי המוסר" דינען היינט צו טאגס אלס משגיחים אין די ליטווישע ישיבות, ווי צום ביישפיל הרב דן סגל אדער הרב מתתיהו סאלאמאן.
די מוסר באַוועגונג איז אנטשטאנען צוליב דעם וואָס זי האט געזען אז דער אריגאנאלער יידישקייט ווערט פארקלענערט און מען נויגט אפ דערפון. דער מוסר באַוועגונג זעט אין יידישקייט א לערע וועלכע ארבייט אויס דעם מענטש אין אלע אספעקטן פון לעבן: אין די יידישע גלויבן און אין דעם דערקענונג פון גאָט, וועלט-קוק און טראַכט, כאראקטערן און מידות, און דאס געשטעל פון געזעץ און יושר. פאקטיש אָבער, איז די המון-עם'ס פאַרהעלטעניש צו יידישקייַט געווען ווי אַ ריטואלע רעליגיע, וואס שטייט אויף א באשטימטער צאל מצוות און עבירות. לויט די לערע פון דעם באוועגונג זענען שטיקער תורה וועלכע אנבאלאנגט דעם מענטשענ'ס זיך אויסאיידעלען און דאס באנעמונג פון א מענטש צו זיין פריינט פארגעסן געווארן.
די מוסר באוועגונג איז נאך א באוועגונג אין כלל ישראל, וועלכער קומט נאך אסאך באוועגונגען וועלכע האבן געוואלט אריינברענגען א פנימיות אין יידישקייט, ווי די קבלה באוועגונג, וועלכער איז געגרינדעט געווארן דורך רבי יצחק סגי נהור, דער רמב"ן, און שפעטער דער אר"י און דער רמ"ק, אדער די חסידות באוועגונג וועלכער איז געגרינדעט געווארן דורך דער בעל שם טוב, דער מעזריטשער מגיד און ר' שניאור זלמן פון לאדי.
דער גרינדער פון דעם באוועגונג ר' ישראל סאלאנטער, האט אנגעהאנגען זיין מהלך אין מוסר אין זיין רבי'ן ר' יוסף זונדל פון סאלאנט וועלכער איז געווען א תלמיד פון ר' חיים פון וואלאזשין. עס זענען דא וואס טענה'ן אבער אז דעם באוועגונג האט סאלאנטער געגרינדעט אלץ א אפענטפער צו השכלה און חסידות.
ר' ישראל סאלאנטער, האט אין קאוונע צוזאם גענומען ארום זיך תלמידים און האט מיט זיי געלערנט מוסר. ער האט געלערנט מיט זיי פון מוסר ספרים, אבער ער האט אויך גע'טענה'ט אז כדי צו קענען מקיים זיין ווי עס באדארף צו זיין די מצוות וועלכע מענטשן זענען מזלזל דערין, ווי מצוות שבין אדם לחבירו, מוז א מענטש זיך פארטיפן אין זיינע "טינקעלע כוחות" (א טערמין וועלכער איז ווי עס זעט אויס גענומען געווארן פון אימאנועל קאנט). די וועג וויאזוי דאס צו טון איז לויט סאלאנטער, לערנען מוסר מיט אן איבערראשונג, א "התפעלות". נאך א פראקטיק וועלכער ר' ישראל האט איינגעפירט איז געווען די "מוסר הייזער" וועלכע זענען געווען אוועקגעשטעלט אויף די מטרה פון לערנען מוסר מיט א התפעלות.
אין דעם צווייטען דור זענן אויפגעשטעלט געווארן אפאר שטרוימען אין דעם מוסר באוועגונג דורך ר' ישראל'ס תלמידים:
דאס אריינברענגן אנדערע לערעס אין ישיבה אחוץ גמרא, האט זיך אנגעשטויסן אין א שארפע קעגנערשאפט. די מחלוקת ארום די מוסר באוועגונג האט זיך געצויגן יארן לאנג, און האט צוטיילט די ליטווישע רבנישע וועלט אין צוויי.
ר' דב כץ, פון די תלמידים פון דער אלטער פון סלאבאדקע, (ר' נתן צבי פינקל) האט ארויסגעגבן א ספר ווי ער ערקלערט די מוסר קאנטראווערסיע. די קאנטראווערסיע האט געהאט צוויי שטאפלען. דער ערשטער שטאפל, וואס איז פארגעקומען אין די ענדע פון די 18טע יארהונדערט, איז געעוען פון א פאליטישען שטייגער - א שארפער געשלעג איבער דאס אריינברענגען די מוסר לערע אין די ישיבות. די צווייטע שטאפל איז געקומען שפעטער און איז געווען אויף א אינטעלעקטואלע שטייגער - דאס קעגנערשאפט צו מוסר דורך אזעלכע חשוב'ע רבנים ווי דער חזון איש און בריסקער רב.
היינט איז שוין נישט דא קיין געפעכט. אין כמעט אלע ליטווישע ישיבות איז דא א מוסר סדר (חוץ אין די בריסקע ישיבות).אבער די ריכטיגע אנהענגערס פון די מוסר באוועגונג וואלטן זיך נישט באגנוגט מיט דעם, און וואלטן פארלאנגט אן ערנסטערע באשעפטונגונג מיט מוסר.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.