די רמ״ק - איינער פון די הויפט מקובלים From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי משה קארדאווערא (רמ"ק) (ה'רפ"ב - כ"ג תמוז ה'ש"ל), פון די הויפט מקובלים אין צפת, און דער רבי פון אר"י הקדוש.
געבורט |
1522 צפת, אטאמאנישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
27 יוני 1570 (אלט 48 בערך) צפת, פאלעסטינע, אטאמאנישע אימפעריע |
מדינה | אטאמאנישע אימפעריע |
קבורה ארט | אלטע בית עולם פון צפת |
פאך | טעאלאג, רב |
דער רמ"ק איז געבוירן אין יאר רפ"ב. זיין געבורטס פלאץ וויייסט מען נישט, אבער זיין פאמיליע־נאמען ווייזט אז דער אפשטאם פון די משפחה איז פון קארדאבע אין שפאניע. געוואקסן איז אין צפת, דארט האט ער געלערנט ביי רבי יוסף קארו אין רבי יעקב בירב האט מסמיך געווען צו דיינות.
ער האט חתונה געהאט מיט די שוועסטער פון רבי שלמה אלקבץ, און ביי צוואנציג יאר האט ער אן געהויבן לערנען קבלה ביי זיין שוואגער. נאך געציילטע יאר איז ער ער אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה אין צפת. צווישן זיינע תלמידים ווערן גערעכנט רבי חיים וויטאל און רבי אליהו די ווידאש (בעל ראשית חכמה).
ווען דער אר"י איז געקומען קיין צפת האט ער געלערנט ביים רמ"ק ביז זיין פטירה כ"ג תמוז ה'ש"ל. און דער אר"י איז געווארן דער הויפט יורש צו פירן דעם קבלה לערנען, על אף וואס דער וועג פון אר"י אין קבלה איז אנדערשט פון זיין רבי'ן.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.