![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/7/76/Mars_Hubble.jpg/640px-Mars_Hubble.jpg&w=640&q=50)
מאדים
פערטער פלאנעט פון דער זון / From Wikipedia, the free encyclopedia
דער מאדים אָדער מאַרס (ענגליש: Mars; סימבאל: ) איז דער פערטער פלאנעט פון דער זון, וועלכע געפינט זיך א דורכשניט ווייט פון 130 מיליאן מייל (1.523,662,31 AU) ווייט פון דער זון וועלכע איז געשאצט צו בערך 80 מיליאן מייל פון דער ערד. מאדים איז די צווייטע קלענסטע פלאנעט אין דער זון סיסטעם, נאך מערקור.
מאדים האט צוויי קליינע לבנות, פאבאס און דעמאס.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/7/76/Mars_Hubble.jpg/320px-Mars_Hubble.jpg)
מאדים ווערט גערופן דער "רויטער פלאנעט"—צוליב דער אייזן אקסיד אויף זיין אייבערפלאך זעט ער אויס רויטלעך. מאדים איז אן ערדישער פלאנעט, צוינויפגעשטעלט בעיקר פון שטיינער און מעטאלן. ביז 1965 האט מען געמיינט אז אפשר האט מאדים פליסיק וואסער אויף זיין אייבערפלאך. מיט די סאטעליטן וואס מען האט געשיקט אריבער מאדים פארשטייט מען היינט אז עס געפינט זיך אייז אויף די פאלוסן פון מאדים.
די אטמאספער פון מאדים איז זייער דין, מיט א סך קוילן זייערס און ווייניק זויערשטאף. אזוי ווי מאדים איז ווייטער פון דער זון ווי די ערד, און האט נישט קיין סך לופט, זענען די טעמפעראטורן נידעריקער ווי אויף דער ערד.
די סקארע פונעם פלאנעט האט א דורכשניט די פון 50 ק"מ, און די גרעסטע געדיכטקייט איז 125 ק"מ.
מען קען זען מאדים גאנץ גרינג פון דער ערד; ער זעט אויס רויטלעך, און זיין גרייס קען דערגרייכן 2.91-, וואס נאר יופיטער, ווענוס, די לבנה און די זון זען אויס העלער.
ארום מאדים רינגלען פינעף קאסמאס־שיפן, און צוויי ליגן אויף זיין אייבערפלאך.