![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/3/3b/Mercury_in_color_-_Prockter07.jpg/640px-Mercury_in_color_-_Prockter07.jpg&w=640&q=50)
מערקור
From Wikipedia, the free encyclopedia
מערקור (ענגליש: Mercury; סימבאל: ) איז דער נענטסטער פלאנעט צו דער זון און דער קלענסטער פלאנעט (אזוי ווי פלוטאן ווערט הײַנט נישט גערופֿן קיין פלאנעט); זײַן אָרביט דויערט 88 ערד טעג. ער איז גאנץ ליכטיג קוקנדיג פון דער ערד, מיט א גרייס צווישן 2.0- און 5.5, אבער איז דאך שווער צו זען ווײַל ער איז קיינמאל נישט ווײַטער פון דער זון ווי 28.3º, דערפֿאר קען מען אים זען נאר בין השמשות (אינדערפרי אדער פארנאכט). קיין סך ווייסט מען נישט וועגן דעם פלאנעט.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/3/3b/Mercury_in_color_-_Prockter07.jpg/640px-Mercury_in_color_-_Prockter07.jpg)
פֿיזיש זעט אויס מערקור ענלעך צו דער לבנה. ער האט אסאך קראטערס אבער נישט קיין סאטעליט און אויך נישט קיין אטמאספערע. ער האט אסאך אײַזן אינמיטן וואס שאפֿט א מאגנעטיש פֿעלד.[1] די אויבערפֿלאך טעמפעראטור בײַט זיך צווישן 90 און 700 K (דאס הייסט פֿון -183°C ביז 427 °C ).[2]