![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/b/b0/Europe-Montenegro.svg/langyi-640px-Europe-Montenegro.svg.png&w=640&q=50)
מאנטענעגרא
From Wikipedia, the free encyclopedia
מאנטענעגרא ("שווארצער בארג") איז א לאנד אין דרום־מזרח אייראפע. עס האט א בארטן אויפן אדריאטישן ים אין דרום־מערב, און גרענעצט קראאטיע צו מערב, באסניע און הערצעגאווינע צו צפון־מערב, סערביע צו צפון־מזרח, און אלבאניע צו דרום־מזרח. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז פאדגאריצע.
רעפובליק פון מאנטענעגרא | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
![]() | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | מאנטענעגריניש | ||||
הויפּטשטאָט | פאדגאריצע 42°47′N 19°28′E | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארישע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
פיליפ וווּיאנאוויטש איגאר לוטשיטש | ||||
גרינדונג דאַטום |
1852 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
13,812 קוואַדראַט ק"מ 161סט 1.5 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
625,266 (2011) 121סט 50 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $7.157 ביליאן (153סט) | ||||
וואַלוטע | איירא | ||||
צײַט זאָנע | +1 | ||||
אינטערנעט דאָמען | me. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 382+ | ||||
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/1/1e/Montenegro_municipalities.png/640px-Montenegro_municipalities.png)
אין אוראלטע צייטן איז דער שטח פון מאנטענעגרא געוואן א טייל פון דער רוימישער אימפעריע, און שפעטער פון דער ביזאנטישער אימפעריע. אין דעם 13טן יארהונדערט איז דאס לאנד געווען א טייל פון דער גרויסער סערבישער פרינציפאליטעט. פון 1918 איז עס געווען א טייל פון יוגאסלאוויע. אין 2006 איז מאנטענעגרא געווארן אומאפהענגיק.
מאנטענעגרא איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, וועלט האנדל ארגאניזאציע, און א קאנדידאט צו ווערן א מיטגליד אינעם אייראפעישן פארבאנד.
די אפיציעלע וואלוטע איז דער איירא, וואס מאנטענעגרא האט אדאפטירט איינזייטיג, אזוי ווי עס איז נישט אין דער אייראזאנע.