![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/8/8c/Rogatchover_Gaon.1910-1900.jpg/640px-Rogatchover_Gaon.1910-1900.jpg&w=640&q=50)
יוסף ראזין
From Wikipedia, the free encyclopedia
הרב יוסף ראזין (ה'תרי"ח - י"א אדר ה'תרצ"ו), באקאנט אלס דער "ראגאַטשאווער גאון" אדער סתם דער "ראגאַטשאווער", איז געווען דער פארפאסער פון די ספרים צפנת פענח און רב פון די חסידים אין דענענבורג. ער איז געווען א קאפוסטער חסיד.
![]() | |
געבורט |
1858 ה'תרי"ח ראגאטשאוו, בעלארוס ![]() |
---|---|
טויט |
5 מערץ 1936 (אלט 78 בערך) י"א אדר ה'תרצ"ו וויען ![]() |
קבורה ארט |
דענענבורג ![]() |
זיינע רביס |
יהושע לייב דיסקין ![]() |
![]() ![]() |
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/4/4a/Rogatchover_Gaon.jpg/320px-Rogatchover_Gaon.jpg)
ער איז באוואוסט פאר זיין אויסערגעוויינליכן פאטאגראפישן זיכרון און טיפער דורכדרינגלעכער פארשטאנד און גאונות, וואס זיינען געווען א זעלטנהייט נישט נאר אין זיין דור נאר אויך אין די פריערדיקע דורות, און זיינען ניט געזעהן געווארן ווידער זינט אים. שוין אין זיין לעבן איז ער אנערקענט געווארן אלס דער גרעסטער גאון פון דור, און ער איז היינט פאררעכנט אלס דער גרעסטער גאון פון דעם צוואנציגסטן יארהונדערט. זיין מערקעווערדיקע גאונות און בקיאות זאגן זיך אויס באשיינפירלעך אין זיינע ספרים. במשך דער צייט איז ער פארוואנדלט געווארן אין איינע פון די הויפט סימבאלן פון גאונות אין תורה.[1]