זנות
From Wikipedia, the free encyclopedia
זנות אדער פּראָסטיטוטציע איז געשלעכטליכע באציאונגן פאר תאווה, און מע'לאזט זיך קאסטן געלט אדער אן אנדער אפצאל פאר דאס.
א זונה אדער הור אין אלט-יידיש (אין סלאבישע שפראכן און אנדערע, קורװע) איז א מיידל און צומאלן א מאן וואס טרענט פאר געלט.[1]
עס איז די וועלט'ס עלטסטע פאך, [2].
לויט די געזעצן אין ישראל איז פארבאטן צו אויסהאלטן א שאנדהויז. אבער כאטש וואס עס איז פארבאטן, איז פאראן הונדערטער אדער טויזנטער שאַנדהייזער אין ישראל. אבער אויף יעדנספאל מעג א מיידל פערזענליך פארקויפן איר קערפער און טרענען פאר געלט. זינט יולי 2020 איז דאס גאר אומלעגאל צו קאנסומירן אדער פרובירן קאנסומירן זנות אין ישראל.
לויט די געזעצען אין אמעריקא איז פארבאטען פאר איינעם צו נעמען געלד פאר מזנה זיין, און כאטש עס איז פארבאטען איז עס איינס פון די גרעסטע ביזנעסער און די סטעיטס.
זונה איז געוויינליך א פרוי וואס פארקויפט זיך איר גוף צו מהנה זיין פרעמדע מענער פאר געלט. זייער ארימקייט אדער די אומשטענדן טרייבן זיי דאס צו טאן, ווייל עס איז א פיזישער דערנידעריגער פאך פיל מיט קרענק סכנות ווי איידס, און פשוט שווער דאס צו טאן. עמאציאנאל מוז מען זיין פארטייבט, נישט צו שפירן די עול פון זאגן ליגענט פאר יענעם בשעת מען איז יענעם מהנה אז מען מיינט נישט זיין טובה. געוויינליך מוז מען זיין זייער א גוטער פאפער כדי דער קאסטומער זאל זיין צופרידן. זיי נעמען דראגס כדי צו פארשיכורן די חושים און זיך בלייבן גוטמיטוג און אזא געפאלענער אקט. זיי דארפן אויך אויסזעהן יונג און שיין כדי צוציען בעסערע פרייזן פאר זייער גוף.