![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/e/ed/ZalmanNechemya92.jpg/640px-ZalmanNechemya92.jpg&w=640&q=50)
זלמן נחמיה גאלדבערג
ראש ישיבה און דיין / From Wikipedia, the free encyclopedia
הרב זלמן נחמיה גאלדבערג ( י׳ שבט תרצ״א, 28סטן יאנואר 1931 - ל׳ אב תש"ף , 20סטן אויגוסט 2020 ) איז געווען א ראש ישיבה, דיין אין דעם העכערן בית דין און דער הויפט רעדאקטאר פון דער תלמודישער ענציקלאפעדיע.
גיכע פאקטן געבורט, טויט ...
![]() | |
געבורט |
28 יאנואר 1931 ה'תרצ"א מינסק, סאוועטן פארבאנד ![]() |
---|---|
טויט |
20 אויגוסט 2020 (אלט 89) ל' אב ה'תש"ף הדסה עין כרם שפיטאל, ישראל ![]() |
כינוי | הגרז"נ |
מדינה |
ישראל ![]() |
לערנארט |
|
זיינע רביס |
רבי שמואל ראזאווסקי רבי דוד פאווארסקי רבי שלמה זלמן אויערבאך |
![]() ![]() |
פארמאכן
ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון דעם פריוואטן בית דין פאר דיני תורה "הישר והטוב" און דער ראש ישיבה פון דער סאַדיגורער "דעת משה" ישיבה אין ירושלים. ער האט געדינט ווי ראש ישיבה אין בית מדרש פון דעם לעוו אקאדעמישן צענטער און אלס ראש כולל אין דעם "שבט ומחוקק" דיינות כולל.