מינסק
From Wikipedia, the free encyclopedia
מינסק (בעלאַרוסיש: Мінск/Менск, רוסיש: Минск, פּויליש: Mińsk) איז די הויפטשטאט פון בעלארוס היימשטאט מיט 1.7 מיליאן איינוווינערס, באגרינדעט געווארן אין 1067. יידן וווינען דארטן זינט 1479.
נאך אינפארמאציע מינסק Мінск ...
|
פארמאכן
לויט אברהם חיים שב"ד פון מינסק איז די יידישע קהילה אין מינסק געווען פון די אוראלטע רוסישע קהילות. ער שרייבט אז יידן זענען געווען צווישן די ערשטע איינוואוינערס אין ד'תתכ"ו. ווי נישט ווי, איז קלאר אז נאך די טאטערישע אינוואזיעס אין פוילן און ליטע אין דעם 13טן י"ה האבן די קעניגן און אדעלן אריינגעברענגט יידן אויפצושטעלן די עקאנאמיע פון דער מדינה אויף די פיס און צו שאפן פינאנציעלע יסודות פאר דער עקאנאמיע.