וויעטנאם
לאנד / From Wikipedia, the free encyclopedia
וויעטנאַם (וויעטנאמעזיש: Việt Nam [vîət nāːm]), אפיציעל די סאציאליסטישע רעפובליק פון וויעטנאם (וויעטנאמעזיש: Cộng hòa xã hội chủ nghĩa Việt Nam), איז דאס מערסט מזרחדיקע לאנד אויף דעם אינדאכינע האלבאינזל אין דרום-מזרח אזיע. מיט א געשאצטע 92.7 מיליאן באוואוינער אין 2016, איז ער דאס פֿערצנט-מערסט-באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט, און דאס ניינט מערסט באפעלקערטע לאנד אין אזיע. וויעטנאם גרענעצט כינע צו צפון, לאאס צו צפון־מערב, קאמבאדיע צו דרום־מערב, טיילאנד אריבער דעם איינגאס פון טיילאנד צו דרום־מערב, און די פיליפינען, מאלייזיע און אינדאנעזיע אריבער דעם דרום כינע ים צו מזרח און דרום־מזרח. (דער דרום כינע ים ווערט גערופן אין וויעטנאם דער מזרח ים Biển Đông).[1] די הויפטשטאט איז האנוי זייט דער פאראייניקונג פון צפון און דרום וויעטנאם אין 1976, און די גרעסטע שטאט איז הא טשי מין שטאט. עס איז אויך די שטאָט פון דא נאנג, ליגן אין דעם צענטער פון וויעטנאם.
סאָציאַליסטישע רעפובליק פון וויעטנאַם Cộng Hòa Xã Hội Chủ Nghĩa Việt Nam | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | וויעטנאמעזיש | ||||
הויפּטשטאָט | האנוי 21°2′N 105°51′E | ||||
גרעסטע שטאָט | הא טשי מין שטאט | ||||
רעגירונג | סאָציאַליסטישע רעפובליק | ||||
פרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
טרואָנג טאַן סאַנג נוייען טיי דאנג | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
331,210 קוואַדראַט ק"מ 65 6.4 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
92,477,857 (יולי 2013) 272 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $320,500 מיליאן | ||||
וואַלוטע | דאנג | ||||
צײַט זאָנע | UTC+7 | ||||
אינטערנעט דאָמען | vn. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 84+ | ||||
די נאציאנאלע מענטשן אין וויעטנאם איז וויעטנאמעזער.
דער קראַנטער פּרעזידענט פון וויעטנאַם איז טרואָנג טאַן סאַנג.
דער צפונדיקער טייל פון וויעטנאם איז געווען א טייל פון אימפערישער כינע מער ווי טויזנט, פון יאר 111 פאר דער ציווילער רעכענונג ביז יאר 939, ווען די וויעטנאמעזער האבן אויפגעשטעלט אן אומאפהענגיקע מדינה נאך זייער נצחון אין דער קאמף פון טייך באך. נאכאנאנדע וויעטנאמעזער דינאסטיעס האבן געהערשט אויף א פארגרעסערטן וויעטנאם ביז פראנקרייך האט קאלאניזירט דעם אינדאכינע האלבאינזל אינעם 19טן יארהונדערט. נאך דער יאפאנעזישער אקופאציע אין די 1940ער יארן האבן די וויעטנאמעזער געקעמפט קעגן פראנצויזישער הערשאפט אין דער ערשטער אינדאכינע-מלחמה, ביז אין 1954 האבן זיי אינגאנצן פארטריבן די פראנצויזן. דערנאך איז וויעטנאם געווען צעטיילט אין צוויי קאנקורענט לענדער, צפון וויעטנאם (אפיציעל די דעמאקראטישע רעפובליק פון וויעטנאם), און דרום וויעטנאם (אפיציעל די רעפובליק פון וויעטנאם). נאך א לאנגע מלחמה צווישן די צוויי שטאטן האט צפון וויעטנאם געזיגט אין 1975.
וויעטנאם איז היינט א מיטגליד אין דער וועלט האנדל אריגאניזאציע, זייט 2007.