גכה יאר
From Wikipedia, the free encyclopedia
א גכה יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט גכה הייבט אן דינסטיק (ג, דער דריטער טאג פון דער וואך), איז "כסדרן" (כ) דאס הייסט אז חשוון האט 29 טעג און כסלו האט 30 טעג, און פסח געפאלט דאנערשטיק (ה). א יאר פון סארט גכה איז א פשוט יאר (נישט קיין עיבור יאר) און איז לאנג 354 טעג, מיט 50 שבתים.
א גכה יאר פאסירט בערך אין 6.25% פון אלע יארן.[1] לעצטנס האט פאסירט א גכה יאר אין ה'תשס"ו און ה'תשס"ט, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תשפ"ו.