From Wikipedia, the free encyclopedia
כסלו איז דער ניינטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן[1] (און דער דריטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]).
אויך נאכדעם וואס ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), קען כסלו זיין אמאל א פולער חודש (מלא): א חודש פון דרייסיג טעג, און אמאל א פארקערצטער חודש (חסר), א חודש פון ניין און צוואנציג טעג.[3]
ראש חודש כסלו איז אמאל צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון חשוון, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון כסלו, און אמאל נאָר איין טאג: דער ערשטער טאג פון כסלו. ס'ווענדט זיך וויפיל טעג ס'איז דער פריערדיגער חודש: חשוון.
דער ערשטער טאג פון חודש כסלו קען אויספאלן זעקס טעג פון דער וואך: (א ב ג ד ה ו) זונטיק, מאנטיק, דינסטיק, מיטוואך, דאנערשטיק, פרייטיק.[4]
דער צירוף פון חודש כסלו גייט ארויס פון דעם אנפאנג פון די ווערטער (ראשי תיבות) וירא יושב הארץ הכנעני[5] (בראשית נ. יא.).
דער מזל פון כסלו ווערט אנגערופן קשת.[6]
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.