From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי ברוך מעזשביזשער זצ"ל (ה'תקי"ג - י"ח כסלו ה'תקע"ב) איז געווען אן אייניקל פונעם בעל שם טוב און דער ערשטער רבי צו פירן א הויף אין מעזשביזש נאכן בעל שם טוב.
רבי ברוך איז געבוירן אין מעזשביזש אין יאר ה'תקי"ג צו זיין פאטער רבי יחיאל מיכל אשכנזי[1] דער דייטשיל, און צו זיין מוטער מרת אדל די איינציקע טאכטער פון בעש"ט.
רבי ברוך האט אויפגעוואקסן ביי זיין זיידן דעם בעש"ט. ער האט געלערנט ביים מעזריטשער מגיד, און נאכהער ביי רבי פינחס קאריצער. אין תק"ם (1780) האט מען אים אויפגענומען ווי אן אדמו"ר אין זיין פאטערס וואוינארט טאלטשין, וואו ער האט געפירט זיין הויף. אין תקמ"ח (1788) איז רבי ברוך אריבער קיין מעזשביזש, אבער אין די זומער חדשים פלעג ער זיין אין טולטשין. מנוחתו כבוד ליד סבו במז'יבוז'.
רבי ברוך פלעג נעמען פדיונות פון די חסידים פארן אויפהאלט פון זיין הויף. טייל פונעם געלט פלעג ער שיקן צו פארשטארקן דעם חסידישן יישוב אין ארץ ישראל.
רבי ברוך פלעג ליידן פון מרה שחורה; צוליב דעם האבן זיינע מקורבים געברענגט ר' הערשעלע אסטראפאלער צו זיין דער בדחן אין רבי ברוכס הויף.
רבי ברוך האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב טוביה קאטצקאש פון אסטראה. בזיווג שני האט ער געהייראט א טאכטער פון זיין פעטער הרב אהרן פון טיטיעוו. רבי ברוך האט איבער געלאזט דריי טעכטער:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.