אסטראנאמיע
From Wikipedia, the free encyclopedia
אַסטראָנאָמיע (פון גריכיש: ἀστρονομία) איז די נאטור-וויסנשאפט וואס באהאנדלט הימלישע אביעקטן און פֿענאמענען, און אַלעס װעגן אַנטװיקלונגען אַרום אונדזער װעלט ווי צ.ב. די זון מיט דער לבֿנה, שטערן און אַלע הימל געשעענישן.
אַסטראָנאָמיע װערט גערעכענט אַלס זײער אַן אַלטע װיסנשאַפֿט, װאָס עס איז דערקענט שױן צום װיינעגסטן ארום 6000 יאָר. סי טוט אנווענדן מאטעמאטיק, פיזיק און כעמיע בכדי אויפצוקלערן די היסטאריע פון די הימלישע אביעקטן, כולל פלאנעטן, לבנות, שטערן, נעפלען, גאלאקסיעס און קאמעטן; די פֿענאמענען שליסן איין סופערנאווע אויפרייסן, קוואסארן, בלאזארן, פולסארן און קאסמישע מיקראכוואליע הינטערגרונט שטראלונג. אין אלגעמיין געהערן אלע פֿענאמענען וואס שטאמען פון אינדרויסן דער ערד׳ס אטמאספער צו אסטראנאמיע. א צווייג פון אסטראנאמיע גערופן קאסמאלאגיע איז די שטודיע פונעם אוניווערס אינגאנצן.[1]
אַסטראָנאָמיע העלפֿט אונדז מיט אונדזער צײַט און נוצן זיך מיט דעם נײטיקן קאַלענדאַר װאָס פֿירט אונדזערע טעג, װאָכן, חדשים, און יאָרן אין זײער שטײגער, לױט די זון אָדער (לבֿנה).
אין די אמאליגע צייטן איז אסטראנאמיע געווען די אבזערוואציעס און פארויסזאגען פון די באוועגונגען פון די הימלישע קערפער וואס מען קען זען מיט די אויגן. היינט ווערט אסטראנאמיע אפט גערעכנט כמעט די זעלבע ווי אסטראפיזיק.[2]