![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/9/95/AnneFrankSchoolPhoto.jpg/640px-AnneFrankSchoolPhoto.jpg&w=640&q=50)
אנא פראנק
יידיש מיידל וואס איז אומגעקומען ביי דער חורבן־אייראפע / From Wikipedia, the free encyclopedia
אַנעליס מאַרי ("אַנאַ") פֿראַנק ( 12טן יוני 1929 – 31סטן מערץ 1945) איז געווען א יידיש מיידל פון דייטשלאנד וואס האט געשריבן א טאגבוך וועגן דעם מצב אין וואס זי און איר פאמיליע האבן זיך געפונען ווען זיי האבן זיך באהאלטן פון די נאציס אין א בוידעם פון א פארבריק אין אמסטערדאם.
![]() | |
אנא פראנק אין בילד פון יאר 1940 | |
געבורט |
12 יוני 1929 פראנקפורט, וויימאר רעפובליק ![]() |
---|---|
טויט |
פעברואר אדער מערץ 1945 (אלט 15) בערגן-בעלזן, נאצי דייטשלאנד ![]() |
מדינה |
![]() |
קבורה ארט |
![]() |
פעילות בולטת | טאגבוך פון אנא פראנק (1947) |
לערנארט |
מאצארט קאלעגיע ![]() |
השקפה דתית | יידענע |
אונטערשריפט |
![]() ![]() |
www | |
![]() ![]() |
פארן סוף פונעם קריג איז די פאמיליע פאר'מסר'ט און געכאפט געווארן און זי מיט איר פאמיליע זענען פארשיקט געווארן אין אוישוויץ און בערגן-בעלזן, וואו זי און רוב פון איר פאמיליע זענען געשטארבן פון הונגער און מגיפות.
איר פאטער האט איבערגעלעבט די מלחמה און האט זיך צוריק געקערט קיין אמסטערדאם וואו ער האט געפונען אַנא'ס טאגבוך, און האט געדרוקט און פארשפרייט איר טאגבוך אין בוך פארמאט, ביז היינט צוטאגס איז די טאגבוך פון אַן פראנק און אירע איבערזעצונגען אין הונדערטער שפראכן איינע פון די מערסט פארשפרייטע ביכער אין דער געשיכטע פון דער וועלט.