אלעד
From Wikipedia, the free encyclopedia
From Wikipedia, the free encyclopedia
אלעד איז א שטאט אין דעם צענטער דיסטריקט אין ישראל וואס פארנעמט א שטח פון 2,756 דונאם. זי איז אויפגעשטעלט געווארן אלס א לאקאלע ראט אין 1998, אום 23סטן נאוועמבער 2007 איז איר סטאטוס געטוישט צו א שטאט.[1]
www |
|
אלעד איז א יישוב מיט א חרדישן כאראקטער. אין אנהייב איז זי נאר געווען א וואוינונגס שטאט אבער מיט דער צייט האט אנטוויקלט דער מסחר און אינדוסטריע. אין חודש יוני 2006, האט דער היים מיניסטער באשטעטיגט אוועקצושטעלן נאך 250 דונאם צום שטעטל פאר'ן צוועק פון אויפשטעלן אן אינדוסטריעלע זאנע.
דער ערשטער הויפט פון דער לאקאלער ראט איז געווען רב צוריאל קריספל. צוליב סכסוכים צווישן אים און די שטאטס רבנים, הרב שלמה זלמן גראסמאן און הרב מרדכי מלכה, האבן די חרדישע פארטייען ש"ס און יהדות התורה פארגעשטעלט אלס קאנדידאט צביקה כהן.
אום כ"ט שבט תשס"ח האט די שטאט אלעד געפייערט ווערן אויפגענומען אלס א שטאט, און צביקה כהן איז געווארן דער ערשטער בירגערמייסטער פון דער שטאט.
צו די 2008 מוניציפאלישע וואלן, האט קאנדידירט פאר בירגערמייסטער יצחק שלום עידן[2] אונטערן פֿאן פון דער ש"ג ליסטע פון אלע חרדישע פארטייען (חסידים, מתנגדים, ספרדים) און איז געווארן געוויילט מיט 75.8% פון די שטימען.[3]
ביי די 2013 מוניציפאלישע וואלן, האבן קאנדידירט ישראל פרוש און צוריאל קריספל פאר בירגערמייסטער; פרוש איז געווארן געוויילט.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.