Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
שאַץ (רומעניש: Suceava; פּויליש: Suczawa; אוקראיניש: Сучава) איז אַ שטאָט אין צפון-מזרח רומעניע. שאץ איז די הױפּטשטאָט און גרעסטע שטאָט פֿון שאָץ פּראָװינץ, בוקאָװינאַ. זײַן בעפעלקערונג איז געווען 105,685 אין 2002. זײַן בירגערמייסטער איז יאן לונגו.
|
92 ייִדן װױנען אין שאָץ.
זײַן גרעסטער אוניווערסיטעט איז דער אוניװערסיטעט פֿון "שטעפֿאַן טשעל מאַרע". עס איז דאָ אַ קלױסטער אין שאָץ וואס הײסט "הײליגער דזשאָרדזש'ז קלױסטער".
צווישן די חשובע רבנים וואס האבן געפירט אין שאץ זענען: הרב שלום מאסקאוויטש, וואס איז געווען דער רב אין די ת״ר יארן, און איז געווארן באקאנט ווי דער שאצער רבי און האט געוואוינט אין זיינע שפעטערע יארן אין לאנדאן, הרב משה חיים לוי (פאטער פון הרב ישראל מאיר לאו), הרב משולם ראטה, והרב זאב וואלף הלוי טירנויער (דער שווער פון רבי אהרן יחיאל לייפער, נאדווארנערר רבי אין צפת און א זון פון רבי דוד פון באניע) וואס האבן געדינט ווי שטאטס־רב פון שאץ; אדמו"רים פון דעם שאץ-וויזשניצער הויף: רבי משה האגער (אייניקל פונעם צמח צדיק, גרינדער פון דעם וויזשניצער הויף און אן אייניקל פון רבי מנחם מענדיל קאסאווער וואס האט געגרינדעט די דינאסטיע) און זיין זון רבי חיים וואס האט געפירט דעם הויף נאך אים; הרב יעקב מאשקאוויטש, אן אייניקל פון רבי מאיר פרעמישלאנער, איינער פון די גרויסע בעלי מופתים אין חסידות, וואס האט געפירט א חצר מיט א גרויסן בית-מדרש וואו תלמידי חכמים האבן עוסק געווען אין תורה. זיין באבע מרים-חיה, א טאכטער פון רבי מאיר פרעמישלאנער, וואס האט גע׳ירשנ׳ט איר פאטער׳ס שטעקן, האט געלעבט אין דער שטאט און איז אליין געווען א בעל מופת. זי האט געבעטן אז נאך איר פטירה זאל מען לייגן איר פאטער׳ס שטעקן אין איר קבר פאר א שיץ פאר דער שטאט; ביי דער ערשטער וועלט-מלחמה זענען אלע שטעטלעך אין דעם אומגעגנט פארברענט געווארן אחוץ שאץ וואס איז געבליבן גאנז. זי איז נפטר געווארן כ"ה אדר תרס"ג (1903) און אויף איר קבר אין דעם אלטן בית עולם האט מען אויפגעשטעלט אן אוהל.
אום ז' אדר תרמ"ז, איז געבוירן געווארן אין שאץ הרב יהודה מאיר שפירא (א שוועסטער־קינד פון הרב משה חיים לאו), רב פון עטלעכע שטעט און ראש ישיבה אין לובלין, און דער איניציאטאר פון לערנען דף היומי.[1]
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.