סנהדריה מורחבת
From Wikipedia, the free encyclopedia
From Wikipedia, the free encyclopedia
סנהדריה מורחבת איז א חרדישער געגנט אין ירושלים, ישראל. די טייטש פונעם נאמען איז "פארברייטערטע סנהדריה".
גרינדונג דאטע | 1970 |
---|---|
שטח | |
קאארדינאטן | 31°48′07″N 35°13′05″E |
דער געגנט איז געגרינדעט געווארן אין 1970 ווי א צפונדיקע פארברייטערונג פון סנהדריה. דער הר חוצבים אינדוסטריעלער קאמפלעקס געפינט זיך נאענט צום געגנט. דער געגנט איז קיילעכדיג.
אין 2007 האט די געגנט געהאט 784 דירות.
שבת און יו"ט איז דער געגנט פארמאכט צו אויטא פארקער.
אין 1976 האט אורי לופאליאנסקי, אן איינוואינער אין סנהדריה מורחבת, געעפנט איז זיין דירה א גמ"ח צו בארגן מעדיצינישע הילפן. במשך די יארן האט דער גמ"ח זיך אנטוויקלט אין דער ארגאנציזאציע יד שרה אויפן נאמען פון לופאליאנסקי'ס באבע, וואס איז אומגעקומען אין חורבן אייראפע. היינט איז יד שרה א גרויסע ארגאניזאציע אין גאנץ ישראל וואס באזארגט דינסטן צו מענטשן מיט פאך־באגרענעצונגען. אין 1994 האט יד שרה באקומען די ישראל פרעמיע. .
לעבן סנהדריה מורחבת רינט דאס טייכל נחל צופים, וואס פליסט אריין אין נחל שורק. אויפן דרום ברעג פון נחל צופים איז דא א בארגאראפ מיט טעראסעס פון די צייטן פון צווייטן בית המקדש וואו מען האט געפלאנט ביימער.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.