סנהדריה
חרדישער געגנט אין צפון ירושלים From Wikipedia, the free encyclopedia
חרדישער געגנט אין צפון ירושלים From Wikipedia, the free encyclopedia
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.
סנהדריה איז א חרדישער געגנט אין צפון ירושלים, וואס געפינט זיך מזרח פונעם גאלדא מאיר שאסיי; צו דרום געפינען זיך דער סנהדריה בית עולם און דער שמואל הנביא קווארטאל, צו דרום-מזרח מעלות דפנה, צו מזרח רמת אשכול און צו צפון סנהדריה מורחבת. דער געגנט שליסט איין שיכון פאג״י.
ים-סוף גאס אין סנהדריה | |
אינפֿארמאציע | |
---|---|
שטאט | ירושלים |
גרינדונג דאטע | 1926 |
שטח | ישראל |
קאארדינאטן | 31°47′54″N 35°13′15″E |
נאך באצירקן אין ירושלים | |
דער נאמען פון דעם געגנט נעמט זיך פון די קברי סנהדרין, וואס געפינען זיך אין א מערה אינעם סנהדרין גארטן ביים עק פון געגנט.
שוין אין די 1200ער יארן האט מען דערקענט אז צפון פון ירושלים, לעבן דעם וועג צום קבר פון שמואל הנביא, געפינען זיך אוראלטע מערות פון קברים, וואו עס זענען באערדיגט די מיטגלידער פונעם סנהדרין ביים צווייטן בית המקדש. אין 1897 האט מען אנטפלעקט נישט ווייט די מערת האשכולות, אין היינטיגן רמת אשכול.
אין יוני 1914 האט דוד צבי אריה שניאורסאן אונטערגעשריבן א קאנטראקט מיט דייטשן קאנסול צו קויפן דעם שטח לאנד אין געגנט פון די קברי סנהדרין. ער האט געהאט באצאלט פארן לאנד אבער אינצווישנצייט האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט-מלחמה און ס׳איז נישט געווען מעגלעך איבערצונעמען דאס שטיקל לאנד. נאך דער מלחמה האבן די בריטישע געהערשט און זיי האבן געהאלטן די אלע נכסים פון די דייטשן, וואס זענען געווען די צווייטע זייט אין דער מלחמה. הערשט אין 1926 איז געווען מעגלעך צו שטעלן די ווינקלשטיין כדי אנהייבן בויען א נייע געגנט הייזער פאר יידן. אין יענע צייטן איז דאס חודשלעכע שכירות פאר א דירה אין סנהדריה געווען דאס נידריגסטע אין גאנץ ירושלים.
אין יאר 1946 האט מען געבויט שיכון פאג״י הארט לעבן דער שכונה. אין 1948 איז שניאורסאן נפטר געווארן; ס׳איז געווען אוממעגלעך דעמאלסט צו באערדיגן אין הר הזיתים צוליב די אראבער און מען האט אים באערדיגט אין דעם נייעם סנהדריה בית עולם ביי דער דרום זייט פונעם געגנט.
נאך דער אומאפהענגיקייט מלחמה איז דער גרענעץ געווען ממש ביים עק פון סנהדריה, וואס איז געווען א ביסל ווייט פון די אנדערע געגנטן פון ירושלים. אין יאר 1962 האט מען אנגעהויבן בויען דעם שמואל הנביא קווארטאל וואס האט באהאפטן סנהדריה מיט אנדערע טיילן פון ירושלים.