From Wikipedia, the free encyclopedia
א ישיבה איז אן ארט ווי בחורים זיצן און לערנען תורה א גאנצן טאג. אנדערש וואו א לערנען ארט פאר יונגעלייט נאך די חתונה וואס מען רופט "כולל".
א ישיבה-בחור איז א יידישער יוגענטליכער עלטער פון 13 יאר וועלכער לערנט אין א ישיבה.
א ישיבה גדולה איז א ספעצילע שולע פאַר ערוואַקסענע בחורים אין עלטער פון 17 יאר און העכער ביז די חתונה (בערך 20) צו לערנען יידישע שריפטען ווי די תורה, גמרא און מפרשים.
ישיבה קטנה - פאַר ערוואַקסענע אין עלטער פון 14 ביז 17.
די סארט ישיבה וואס מען זעט היינט שטאמט פון דער וואלאזשינער ישיבה, וואס רבי חיים וואלאזשינער, א תלמיד פונעם ווילנער גאון, האט געגרינדעט אין תקס"ב. ביז דעמאלסט האבן בחורים געלערנט אין א ישיבה אין דער שטאט וואו זיי האבן געוואוינט. אין דער וואלאזשינער ישיבה האבן געלערנט בחורים וואס זענען געקומען קיין וואלאזשין פון דערווייטענס צו לערנען אין דער ישיבה.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.