From Wikipedia, the free encyclopedia
דעעש איז דער נאמען פון א רעבישן הויף פון דער שטאט דעזש אין זיבנבערגן געגרינדעט דורך רבי יחזקאל פאנעט, א תלמיד פון רבי מענדעלע פון רימאנאוו, פון וועמען שטאמען די דעעשער רביס.
דער ערשטער דעעשער רבי איז געווען הרה"צ יחזקאל פאנעט (תקמ"ג - כ' ניסן תר"ה), מחבר פון מראה יחזקאל, וואס ער איז געווען דער הויפט רב פון טראנסילוואניע, און ער האט דארט אריין געברענגט יודישקייט ביי די אלגעמיינע פשוט'ע מאסן. ער געווען פון די גרויסע תלמידים פון הרה"ק מנחם מענדיל פון רימאנאוו. עס איז פארהאן א תשובה וואו ער גיבט אראפ די גדלות פון זיין רבי'ן; דער צאנזער רב פלעגט דאס לערנען אום דער יארצייט פון רבי מענדלע מיט טרערן און די אויגן.[פֿעלט אַ מקור]
דער צווייטער רבי איז געווען רבי מנחם פאנעט (ה'תקע"ח - י"ג תשרי ה'תרמ"ה), דער יונגסטער זון פונעם "מראה יחזקאל". ער האט מחבר געווען די ספרים "מעגלי צדק", "שערי צדק" און "אבני צדק". ער איז געווען רב אין דעזש, און איז געווען א תלמיד און נגלה פונעם חתם סופר און אין חסידות פונעם ישמח משה. [פֿעלט אַ מקור]
דער דריטער רבי איז געווען הרה"ק ר' משה פון דעזש (תר"ג - כ"ד כסלו ה'תרס"ג). חסידים פארציילן אז דער בעל דברי יחזקאל האט אים געהאלטן פאר צדיק הדור.[פֿעלט אַ מקור]
דער פערטער רבי איז געווען רבי יחזקאל פאנעט (ב' טבת ה'תר"ל - כ"ב כסלו ה'תר"ץ), דער בעל כנסת יחזקאל, וואס איז געווען א זון פון רבי משה. רבי יחזקאל האט געהאט דריי זין: רבי יעקב אלימלך, רבי משה און רבי יוסף.
דער לעצטער דעזשער רב פאר דער חורבן אייראפע איז געווען רבי יעקב אלימלך זי"ע, בעל "זכרון יעקב", וואס האט בשום אופן נישט געוואלט איבערלאזן זיין קהילה אין איז אומגעקומען אויף קידוש השם און אוישוויץ י"ד סיון תש"ד. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי יעקב שמשון קאנער פון טשכויוו.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.