Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
סיגעט (רומעניש: Sighetu Marmaţiei, אוקראיניש: Сигіт, אונגאַריש: Máramarossziget) איז א שטאט אין מארמאראש, צפון זיבנבערגן, היינט אין מאראמאראשער קאנט. (דאס ווארט סיגעט Sziget איז טײַטש אינזל אויף אונגאריש.) זי איז געווען אונטער דער הערשאפֿט פון עסטרייך־אונגארן ביז דער ערשטער וועלט מלחמה. נאכהער איז זי אריבער צו רומעניע, און אין יאר 1940 איז זי אריבערגעפירט צו אונגארן. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז זי צוריק צו רומענישער הערשאפֿט.
|
סיגעט איז נישט ווײַט פון ספינקא.
די שטאט האט 44,185 אײַנוואוינער.[1]
לויטן 1910 צענזוס, האט די שטאט געהאַט 21,370 אײַנוואוינער; זיי זענען געווען 17,542 (82.1%) אונגאריש רעדער, 2,002 (9.4%) רומעניש, 1,257 (5.9%) דייטשיש, און 32 אוקרייניש רעדער. די צאל יידן איז געווען 7981 (37%); זיי זענען גערעכנט צווישן די אונגאריש און דייטשיש רעדערס. [2]
כאטש יידן זענען שוין געווען אין דעם זיבנבערגן פראווינץ זײַט דעם יאר 1571 , האבן יידישע משפחות נישט געקומען קיין סיגעט ביזן 18טן יארהונדערט. א צענזוס אין 1728 ציילט נאר 4 יידישע משפחות אין דער שטאט. נאר אין יאר 1740 זענען געווען גענוג משפחות אין דער שטאט צו האבן א מניין קבוע. אין 1787 איז די באַפֿעלקערונג געווען 3,495 , צווישן זיי 142 יידן.
אין יאר 1772, ווען מען האט צעטיילט פוילן, זענען געקומען קיין סיגעט יידן פון גאליציע און אין 1807 האט מען אויפֿגעשטעלט די ערשטע שול אין דער שטאט. אין 1828 זענען די יידן שוין געווען 11% פון דער באפעלקערונג.
אין צווייטן העלפֿט פונעם 19טן יארהונדערט איז די צאל יידן געווען 7,981. נאך דעם איז די צאל געשטיגן ביז 10,609 וואס איז 38% אין יאר 1930. לויט דער ענציקלאפעדיע יודייקא, פאר דער צווייטער וועלט מלחמה, איז די צאל יידן אין סיגעט געווען די העכסטע פון אלע אונגארישע שטעט - 10,144 - 39% רוב פון זיי חרדים.[3]
סיגעט איז געווען א גרויסער יידישער צענטער, און חשובע רבנים האבן געדינט דארט אלס אב"ד, מיט אן איינפלוס גאנץ ווײַט פון דער שטאט.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.