פאראײניגטע שטאטן
פעדעראלע לאנד אין צפון אמעריקע / From Wikipedia, the free encyclopedia
די פֿאַראײניגטע שטאַטן פֿון אַמעריקע (ענגליש: United States of America)—געוויינלעך גערופן בלויז די פֿאַראײניגטע שטאַטן—זענען אַ פעדעראַלע דעמאָקראַטישע רעפּובליק אין צפון אמעריקע װאָס זענען געגרינדעט געװאָרן אין יאָר 1776. זייער הױפּשטאָט איז װאַשינגטאָן די. סי. די רעפּובליק נעמט ארײן 50 שטאַטן און דעם פעדעראלן דיסטריקט פון קאָלומביע. דער גרעסטער שטאַט איז אלאסקע אין צפון-מערב פון דעם קאָנטינענט פון צפון אמעריקע. דער שטאַט האוואי איז אין דעם פּאציפישן אָקעאן. די אנדערע 48 שטאטן מיט דעם דיסטריקט פון קאָלומביע געפינען זיך צווישן קאנאדע אין צפון און מעקסיקא אין דרום. אין מזרח איז א בארטן מיטן אטלאנטישן אָקעאן און אין מערב מיטן פּאציפישן אָקעאן. אויך האָט די מדינה פינף באוואוינטע און נײן נישט־באוואוינטע אינזלען אינעם פּאציפישן און אינעם קאראאיבישן ים.
פֿאַראײניגטע שטאַטן פֿון אַמעריקע United States of America | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: The Star-Spangled Banner מאָטאָ: In God we trust e pluribus unum | |||||
קאָנטינענט | צפון אמעריקע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | קיין | ||||
הויפּטשטאָט | וואשינגטאן די. סי. | ||||
רעגירונג | דעמאקראטיע - פעדעראלע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
דזשאָזעף בײדען קיין | ||||
גרינדונג דאַטום |
4טן יולי, 1776 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
9,631,418 קוואַדראַט ק"מ 3טע 4.87% | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
331,449,281 (2020 צענזוס) 3טע 31 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $22.68 טריליאן[1] (1ט) | ||||
וואַלוטע | טאלער (דאלער) $ | ||||
צײַט זאָנע | 10, UTC-5, 6, 7, 8 | ||||
אינטערנעט דאָמען | (us (com, gov, mil. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 1+ | ||||
דער ערשטער פּרעזידענט איז געווען דזשאָרדזש וואַשינגטאָן.
די פאראייניגטע שטאטן צוזאַמען, מיט א שטח פון 9.83 מיליאָן קוואדראט ק"מ (3.79 מיליאָן קוואדראט מײל), זענען דאָס דריטע אָדער פערטע גרעסטע לאנד לויטן טאָטאלן שטח, און דאָס דריטע גרעסטע לויטן שטח פון דער יבשה. די באפעלקערונג נאך די 2020 צענזוס איז איבער 331 מיליאָן אײנוואוינער, דאָס דריטע גרעסטע אין דער וועלט. א בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן ווערט אָנגערופן אן "אמעריקאנער".
דאָס לאנד האָט זיך אנטוויקלט פון די 13 בריטישע קאָלאָניעס אויפן אטלאנטישן בארטן אינעם 18טן יאָרהונדערט. צוליב אמפערייען צווישן דער בריטישער רעגירונג אין די קאָלאָניעס איז געשען די אמעריקאנישע רעוואלוציע. דעם 4טן יולי 1776 האָבן דעלעגאטן פון די 13 קאָלאָניעס ארויסגעגעבן זייער דעקלאראציע פון אומאָפּהענגיקייט, וואָס האָט געגרינדעט די מדינה.
במשך פונעם 19טן יאָרהונדערט האָבן די פאראייניגטע שטאטן זיך פארשפּרייט איבער דעם קאָנטינענט ביז צום בארטן פונעם פּאציפישן אָקעאן.
די עקאָנאָמיע פון די פאראייניגטע שטאטן איז די גרעסטע נאציאָנאלע עקאנאמיע אין דער וועלט, און זייער ברוטאָ אינלענדישער פּראָדוקט (בא"פ) פאר 2012 ווערט געשאצט צו 15.6 טריליאָן דאָלאר – 19% פונעם גלאָבאלן בא"פ לויט קויפקראפט פּאריטעט, פון 2011.[2][3][4]
די עקאָנאָמיע ווערט געטריבן פון א שפע פון נאטורליכע רעסורסן, א גוט־אנטוויקלטער אינפראסטרוקטור,[5] און הויכן פּראדוקטיוויטעט;[6]. דאָס לאנד איז נאָך איינער פון דער וועלטס גרעסטע פאבריצירערס.[7] עס גיט ארויס 39% פון דער גלאָבאלער מיליטערישער אויסגאבע,[8] און איז א פּראָמינענטע עקאָנאָמישע, פּאָליטישע און קולטורעלע קראפט אין דער וועלט, ווי אויך א פירער אין וויסנשאפטליכער פאָרשונג און טעכנאָלאָגישער אינאָוואציע.[9][10]