אלאסקע
From Wikipedia, the free encyclopedia
אלאסקע (ענגליש: Alaska, רוסיש: Аляска אליאסקא) איז דער גרעסטער שטאט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע אין שטח; זי איז פלאצירט ביים צפון-מערב עק פון דעם צפון אמעריקע קאנטינענט. צו מזרח איז קאנאדע, צו צפון דער ארקטישער אקעאן, צו מערב און דרום דער פאציפישער אקעאן, מיט רוסלאנד ווייטער צו מערב אריבער דעם בערינג דורכגאס. אומגעפער העלפט פון אלאסקע'ס 683,478 איינוואוינער וואוינען אין דעם אנקארעזש מעטראפאליטאנעם שטח אלאסקע איז דער ווינציגסטער באפעלקערטער שטאַט. [1]
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/7/79/Alaska_locator.png/250px-Alaska_locator.png)
אלאסקע איז דער ניין און פערציגסטער שטאַט פון די פופציג שטאטן פון די פאראייניגטע שטאטן. זי איז דער גרעסטער שטאַט אין שטח פון די פאראייניגטע שטאטן מיט א שטח פון 570,380 קוואדראט מייל (1,477,277 קוואדראט ק"מ). זי געפונט זיך צווישן רוסלאנד אין קאנאדע, דאס הייסט אז אלאסקע איז איינע פון צוויי אמעריקאנער שטאטן וואס גרעניצט זיך נישט מיט זיין מוטער לאנד אמעריקע נאר מיט קאנאדע.
[פֿעלט אַ מקור]זייט אמעריקע האט איהר אפּגעקויפט האבן די איינוואוינער שטענדיג געוואלט מאכן אלאסקע א לאנד פאר זיך וואס זאל געהערן צו די פאראייניגטע שטאטן, אבער קאנגרעס האט קיינמאל דאס נישט געלאזט, זיי האט מורא געהאט אז צוליב איהר ערד אוצרות וועט זי אריינפאלן אין פּריוואטע הענט.
אין 1867 האט זי אמעריקע אפגעקויפט פון רוסלאנד, אלס אמעריקאנער קאלאניע. אין 1912 האט זי באקומען טעריטארישע שטאטוס, און אין יאר תשי"ט 1959, ניינציג יאר שפעטער איז זי ענדגילטיג געווארן דער ניין און פערציגסטער שטאַט.
די באפעלקערונג פון אלאסקע לויטן 2020 צענזוס איז 733,391.