שמעון דובנאוו
From Wikipedia, the free encyclopedia
שמעון דובנאוו (10טן סעפטעמבער 1860 - 8טן דעצעמבער 1941) איז געווען א שריפטשטעלער און היסטאריקער פאר יידישע היסטאריע, אנהייב אין רוסלאנד, שפעטער אין דייטשלאנד, און אין די באלטישע לענדער, ער האט אויפגעשטעלט די פאלקיסטן באוועגונג.
געבורט |
10 סעפטעמבער 1860 בעלארוס |
---|---|
טויט |
8 דעצעמבער 1941 (אלט 81) ריגע, Q614559, Q156031 |
מדינה | רוסלענדישע אימפעריע |
אונטערשריפט | |
ער איז געבוירן דעם צווייטן טאג ראש השנה, אין אמסטיסלאוו, אין מאליוו אבלאסט אין היינטיגן בעלארוס. ער האט געלערנט אין חדר, אלס יינגל האט אים שוין געצויגן יידישע היסטאריע.
אין 1912, האט ער אויפגעשטעלט מיט דאקטער קאצענעלסאן, די יידישע ענציקלאפידיע, אויף רוסיש.
אין 1922 האט ער פארלאזט רוסלאנד, און ער איז אנגעקומען קיין קאוונע אין ליטע. דארט האט מען אים פארגעשלאגן צו ווערן הויפט פון יידישע קאטעדרע אין ליטווישע אוניווערסיטעט, די גויים דארט האבן אים אבער נישט פארגינט, און דעריבער איז נישט אויפגענומען געווארן, און פון דארט איז אריבער קיין בערלין, און דארט האט דובנאוו געוווינט פאר עלף יאר, ביז ווען די נאציס זענען ארויף.
אין בערלין האט ער געמאכט זיין מערסט אנגעזענסטע היסטארישע ווערק, היסטאריע פון אייביקן פאלק, (אויף העברעיש דברי ימי עם עולם).
ווען די נאציס האבן איבערגענומען דייטשלאנד, איז דובנאוו אריבער קיין ריגע, לאטוויע. ווען די נאציס זענען דארט אריין איז ער מיט אלע אנדערע יידן, אריבער אין געטא. אום 8טן דעצעמבער זענען אסאך יידן גענומען געווארן צו אויסהרגנען, ער איז מיטגעגאנגען, אבער אינמיטן וועג זייענדיק קראנק, האט א פאליציאנט געשאסן, מאנכע טענהן אז זיינס א סטודענט האט אים אומגעברענגט.