היסטאריע
From Wikipedia, the free encyclopedia
היסטאריע (פון גריכיש ἱστορία , היסטאריא, טייטש ,נאכפרעגן״) אדער געשיכטע (אויף לשון קודש הייסט דאס דברי הימים) איז די שטודיע אדער סתם א דערציילונג איבער דעם מענטשנס לעבנסשטייגער אין דער פארגאנגענהייט. די געשיכטע איז געהיטן געווארן איבערהויפט דורך געשריבענע ביכער, צייטונגען און בריוו. די וואס שטודירן היסטאריע הייסן היסטאריקערס.
דער טערמין היסטאריע קען זיך אויך באציען צו די עפאכע אין די פארגאנגענהייט פון וועלכער מיר האבן רעקארדירטע שרייבונגען, אין קעגנזאץ צו די פרעהיסטארישע עפאכעס ווען די חכמה פון שרייבן איז נאך נישט געווען באקאנט.
אלע פאסירונגען וואס זענען געשריבן אדער געהיט אין וואסארא פארמאט געהערן צו דער היסטארישער באשרייבונג.
אמאל האט מען פארעכנט היסטאריע אין די גייסט וויסנשאפט קלאסיפיקאציע, אבער אין דער מאדערנער אקאדעמיע ווערט דאס מער און מער היינט פארעכנט אין די סאציאל וויסנשאפט קלאסיפיקאציע, איבערהויפט ווען דער פאקוס איז כראנאלאגיש.
געשיכטע קען אויך מיינען א מעשה וואס איז מער א דערציילונג פון אמאל אין די געשיכטע, ווי למשל מעשות וואס מען הערט וועגן פריערדיגע צייטן.