קאניאק (בראנפן)
בראנפן פון קאניאק געגנט / From Wikipedia, the free encyclopedia
קאָניאַק (פראנצויזיש: Cognac) איז גאר א געשמאקער בראנפן געמאכט דורך דיסטילירן א געוויסן סארט ווייסע וויין. דער נאמען נעמט זיך פונעם קאניאק געגנט אין פראנקרייך, וואו די סארט בראנפן ווערט געמאכט.
לויטן אייראפעיאישן געזעץ טאר מען נישט רופן קאניאק נאר בראנפן וואס ווערט געמאכט אין יענעם געגנט לויט די שטרענג קאנטראלירטע רעגולאציעס, אבער אויף יידיש איז ביי אסאך דער שטייגער אז יעדער בראנפן געטריבן פון וויין רופט מען אן קאניאק, כאטש עס איז נישט דארט געמאכט געווארן.