![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/3/39/GodfreyKneller-IsaacNewton-1689.jpg/640px-GodfreyKneller-IsaacNewton-1689.jpg&w=640&q=50)
אייזיק ניוטאן
ענגלישער געלערנטער / From Wikipedia, the free encyclopedia
סער אײַזיק ניוטאָן (ענגליש: Isaac Newton; 25סטן דעצעמבער 1642 - 20סטן מערץ 1727)[1] איז געווען אן ענגלישער וויסנשאפטלער, פיזיקער, מאטעמאטיקער, אסטראנאם, אלכעמיסט און פילאסאף, וואס טייל האלטן אים פאר דעם גרעסטן וויסנשאפטלער וואס האט געלעבט.
![]() | |
געבורט |
25 דעצעמבער 1642 (יוליאניש) וואולסטארפ מאנאר, לינקאנשיר, ענגלאנד ![]() |
---|---|
טויט |
20 מערץ 1727 (יוליאניש) (אלט 84) קענזינגטאן, קעניגרייך פון גרויסבריטאניע ![]() |
וואוינארט |
ענגלאנד ![]() |
קבורה ארט |
וועסטמינסטער אבי ![]() |
לערנארט |
|
מוסדות |
אוניווערסיטעט פון קעמברידזש ![]() |
פרעמיעס און פארערונג | דער איינס פון קראפט ווערט גערופן א ניוטאן |
![]() ![]() |
זיינע אויפטוען אין פיזיק און אין מאטעמאטיק זענען נאך די יסודות צו די ענינים ביז היינטיגע טעג. זיין חיבור "די מאטעמאטישע חשבונות פון דער פילאסאפישער נאטור" לייגט דעם אינהאלט צו קלאסישע מעכאניק און אפטיק, מיט דער ערשטער אויסקלערונג פון גראוויטאציע און די דריי געזעצן פון מעכאניק, וואס זענען געווען דער באזיס פון דעם וויסנשאפטלעכן בליק אויפן פיזישן אוניווערס דורכאויס די נעקסטע דריי יארהונדערטער. ניוטאן האט געוויזן אז די באוועגונג פון אביעקטן אויף דער ערד און הימלישע קערפער פאלגן די זעלבע נאטירלעכע געזעצן.
ניוטאן האט געהאלטן אז די באוועגונג פון אביעקטן אויף דער ערד און די באוועגונג פון הימלישע קערפער דארפן ארבעטן לויט די זעלבע נאטירלעכע געזעצן, און דער מאטעמאטישער מאדעל וואס ער האט געוויזן פאר דער באוועגונג פון הימלישע קערפער האט טאקע צוגעפאסט קעפלער'ס געזעצן און די פארשידענע אבזערוואציעס. ער האט אויסגעחשבונ'ט קעפלער'ס געזעצן פון זיין מאטעמאטישער טעאריע פון גראוויטאציע, און מיט די זעלבע פרינציפן האט ער געגעבן צו פארשטיין די ארביטן פון קאמעטן.
ניוטאן האט געבויט דער ערשטער פראקטיקער שפיגל-טעלעסקאפ אין 1668; אויך האט ער אנטוויקלט א טעאריע פון ליכט באזירט אויף דער באמערקונג אז א פריזמע צעלייגט ווייסע ליכט אין די קאלירן פונעם רעגנבויגן. ניוטאן האט אויך אנטוויקלט קאלקולוס אין ענגלאנד אין דער זעלבער צייט ווי גאטפריד לייבניץ האט אנטוויקלט דעם קאלקולוס אין דייטשלאנד.
ניוטאנ׳ס טעאריעס פון ליכט, באוועגונג און גראוויטאציע האבן דאמינירן פיזיק במשך די נעקסטע דריי יארהונדערטער, ביז אלבערט איינשטיין האט זיי מאדיפיצירט מיט זיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט.