From Wikipedia, the free encyclopedia
חזנות איז ווען מ'זאגט שטיקלעך דאווענען אויף א מוזיקאלישן אופן.
און דעם 18טן יארהונדערט איז חזנות געווארן שטארק פארשפרייט. אין דעם 19טן יארהונדערט איז חזנות, אדאנק דעם חזן שלמה זולצער, געווארן איינגעפלאנצט אין אייראפע, צוליב זיינע לחנים וואס ער האט מחבר געווען, און פארשטייט זיך אז שפעטער זענען שוין אויפגעקומען אסאך חזנים וואס זענען בארימט און מ'זינגט זייערע לחנים ביז היינט, ווי יאסעלע ראזנבלאט, משה קוסעוויצקי און זבולון קווארטין,
א 'ממקומך', א 'כל נדרי', א 'הנני העני ממעש', קען מען דען אזוי סתם אפזאגן אזעלכע שטיקלעך אן זיך גארגלען, אדער עפעס א קוועטש. לאמיר זיך פארשטעלן אז כל נדרי 'זאגט' מען, ס'גייט עפעס נישט!, דא קומען אריין די חזנים מיט זייערע שטימעס און הייבן אויף דעם עולם צו העכערע ספערן און געבן צו א געפיל צום דאווענען, און אין דער זעלבער צייט נעמען זיי אוועק דעם קאפ פון טראכטן ווען ענדיגט מען שוין דאס דאווענען.
די תקופה צווישן די צוויי וועלט־מלחמות ווערט אפט גערופן די "גאלדערנע תקופה" פון חזנות. די גרויסע חזנים זענען כולל זאוול קווארטין (1874–1953), יאסעלע ראזנבלאט (1882–1933), גרשון סיראטע (1874–1943) און לייב גלאנץ (1898–1964).
נאך דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען געווען די חשובע חזנים משה קוסעוויצקי, דוד ווערדיגער, ריכארד טוקער. דער באקאנטער אפערע־טענאר יעקב פנחס פערלמוט (באקאנט מיטן נאמען ״יאַן פירס״) האט רעקארדירט גאר שיינע חזנות שטיקלעך; ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין שטעלע ווי א חזן אבער ער פלעג זיין דער חזן ימים נוראים.
צווישן די היינטיגע חזנים זענען נפתלי הערשטיק, יצחק מאיר העלפגאט, ארי קליין, יענקי לעמער און בנציון מילער.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.