From Wikipedia, the free encyclopedia
צניעות איז א עטישע און מאראלישע מדה וואס ווייזט אויף איידלקייט. יעדע באגריף אדער באשעפעניש וואס האט א סעקסואלער ציאונג קראפט, ווי למשל פרויען אדער געוויסע מאן'ס גלידער, אדער טעמעס וואס רייצן אן די הארמאנען פון א מענטש צו וועלן האבן סעקס, ווערט באהאלטן און דערשטיקט דורך איגנארירען.
צוליב איר שטארקע קראפט וואס א מענטש קען נישט קאנטראלירן איז נאר איגנארירען דער איינציגער אויסוועג פטור צו ווערן פון אירע ציאונגען. דאס איז דער ווייזונג אז א מענשט איז אפגעהיטן און הייליג און ער לאזט זיך נישט אריין אין נסיונות.
גאָר אסאך פארבאטונגן מצוות און מנהגים פון די אידשע טראדיציע ווערן אנגעגעבן אלס דער ציל און טעם אדער סיבא וועגן צניעות פאקטאר
אויך ווען הלכה'דיג איז עס גענצליך מותר האלטן זיך חסידים דערפון צוריק ווען אנדערע זעען צו. ווי צ״ב גיין האנד ביי האנד אדער זיך קושן און ארומנעמען מיט גרויסע טעכטער אדער מיט דער אייגינער פרוי ווען זי איז ריין ווייל דאס קען אנווארעמען די הארמאנאנען פון מאנצבילן.
ביי טייל חרדים איז דא ספעציעלע עסקנים וואס געבן זיך אפ מיט האלטן די צניעות סטאנדארטן, און צוריק האלטן די דאזיקע געפאלנקייטן אויף ווי ווייט מעגליך, דורך באקעמפן די באטרעפענדע און צושטערן נידעריגע געשעענישן. - זיי הייסן געווענליך משמרת הצניעות און רופן ארויס א פחד ביי פורקי עול.
רבי משה פיינשטיין האט געפסקענט אז צניעות איז א באגריף וואס מ'קען נישט אין אלגעמיין אפטיטלען לויט אפאר פרומע קנאים נאר מוזן נאכגעפארשט ווערן וויאזוי איז דער מנהג המקום אויב איז דער סדר צו גיין.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.