אונגעריש (אױך אונגאַריש; אויף אונגעריש: magyar - מאַדזשיאַר) איז א פֿינא-אוגרישע שפראך וואס מען רעדט אין אונגערן און אויך אין זיבן לענדער לעבן אונגערן וואו עס וואוינען דארט אסאך אונגאריש אפשטאמיגע. אנדערש ווי רוב אייראפעישע שפראכן, געהערט אונגעריש נישט צו דער פאמיליע פון אינדא-אייראפעישע שפראכן.

פון די 14.5 מיליאן מוטער-שפראך רעדערס פון אונגעריש, וואוינען בערך צען מיליאן אין אונגערן, און 1.4 מיליאן אין רומעניע (וואס נעמט אריין א שטח פון דעם קעניגרייך פון אונגערן פון פארן ערשטן וועלט קריג). אויסער דעם זענען דא אונגעריש רעדער אין סלאוואקיי, סערביע, אוקראינע, קראאטיע, עסטרייך און סלאוועניע.

שריפטסיסטעם

דער אלפאבעט

אונגאריש איז געשריבן מיטן גלחישן שריפט. מערסט פון די אותיות זענען ענלעך מיט ענגליש, אבער עס איז דא א סאך אונטערשיטן, בפרט ביי די קאנסאנאנטן וואס זענען מער קרוביש צו שפראכן ווי פויליש און טשעכיש. די אותיות (מיט א אידישן גלייכווערט) זענען אזוי:

נאך אינפארמאציע A, Á ...
A Á B C Cs D Dz Dzs E É F G Gy H I Í J K L Ly M N Ny O Ó Ö Ő P R S Sz T Ty U Ú Ü Ű V Z Zs
אָ אַ בּ צ טש ד דז דזש ע עי פֿ ג די ה אי אי י ק ל לי מ נ ני אוֹ אוֹ אע אע פּ ר שׁ ס ט טי אוּ אוּ אוּע אוּע וו ז זש
פארמאכן

אומלאט (Ö)

דער אומלאט, ווי אין דייטש, איז א וואקאל-צייכן וואס ווייזט אז דער וואקאל איז געזאגט אלס פארבונד פון דעם וואקאל גופא און ״ע״. למשל, דאס אונגארישע ווארט köszönöm (א דאנק) איז אויסגערעדט ווי ״קאעסאענאעם״, מיט דער קאמבינאציע פון ״אע״ אויסגערעדט צוזאמען.

טראפ

דער טראפ אין אונגאריש איז שטענדיג ביים אנהייב פון ווארט, אין דעם ערשטען טראף. ווען עס איז דא א אות מיט א אקצענט-צייכן (ווי למשל É), דער טראפ פון ווארט איז נישט געטוישט, ווייל די וואקאל-צייכנען טוישן נאר דעם קלאנג פון אות, און נישט דעם טראפ פון דער ווארט. [1]

געאגראפישע פארטיילונג

Thumb
ראיאנען אין אייראפע וואו מ'רעדט אונגעריש. באזירט אויף צענזוסן אין די לעצטע יארן און דעם CIA וועלט פאקטבוך 2006

אין די פאלגנדע לענדער רעדט מען אונגעריש אלס מוטער-שפראך:

נאך אינפארמאציע לאנד, רעדערס ...
לאנדרעדערס
אונגערן10 מיליאן (צענזוס 2001 (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
רומעניע
(בעיקר זיבנבערגן)
1,443,970 (צענזוס 2002)
סלאוואקיי520,528 (צענזוס 2001 (ארכיווירט 16.05.2007 ביי דער Wayback Machine))
סערביע
(בעיקר וואויוואדינע)
293,299 (צענזוס 2002)
אוקראינע
(בעיקר זאקארפאטיע)
149,400 (צענזוס 2001 (ארכיווירט 01.11.2004 ביי דער Wayback Machine))
פאראייניקטע שטאטן117,973 (צענזוס 2000 (ארכיווירט 12.02.2020 ביי Archive.today))
קאנאדע75,555 (צענזוס 2001 (ארכיווירט 13.02.2008 ביי דער Wayback Machine))
ישראל70,000
עסטרייך
(בעיקר בורגנלאנד)
22,000
קראאטיע16,500
סלאוועניע9,240
Total12-13 מיליאן
פארמאכן
מקור: נאציאנאליע צענזוסן, עטנאלאג

מראה מקומות

וועבלינקען

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.