תלמוד ירושלמי
From Wikipedia, the free encyclopedia
תלמוד ירושלמי גריפן תלמוד ארץ ישראל, תלמודא דמערבא (אדער ירושלמי) איז א זאמלונג פון מאמרים פון אמוראים אין ארץ ישראל (אין גליל) אויף דער משנה. ס'איז דא א ירושלמי אויף כמעט אלע מסכתות אין זרעים, מועד, נשים און נזיקין. אויף קדשים איז איבערהויפט נישט קיין ירושלמי, און אין טהרות נאר אויף מסכת נדה. די ירושלמי איז געשריבן, אנדערש ווי תלמוד בבלי אין דעם ארץ ישראל דיאלעקט פון אראמיש, און איז אסאך קורצער. אפטמאל איז נישט דא קיין שקלא וטריא אזוי ווי אין בבלי, נאר די גמרא פרעגט א קשיא און לאזט עס אן א תירוץ.
דער יסוד פון דעם ירושלמי איז אוועקגעשטעלט אין דעם בית המדרש פון רבי יוחנן.
ס'איז היינט דא נאר איין גאנצער כתב יד פון ירושלמי, דער "ליידן כתב יד", אין דער ביבליאטעק פונעם ליידן אוניווערסיטעט.