From Wikipedia, the free encyclopedia
רבן שמעון בן גמליאל הזקן אדער רבן שמעון הנהרג, איז געווען דער נשיא פון די סנהדרין, און איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט צוויי מאל אין משניות.
רבן שמעון בן גמליאל הזקן איז געווען א זון פון רבן גמליאל הזקן, א זון פון שמעון בן הלל, א זון פון הלל הזקן, אלע זענען געווען נשיאים אין די לעצטע הונדערט יאר פארן חורבן פון צווייטן בית המקדש.
רבן שמעון בן גמליאל הזקן איז געווען פון צווייטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. [1]
רבן שמעון בן גמליאל הזקן איז געווארן נשיא אין יאר ג'תת"י, אכטצן יאר פארן חורבן פון צווייטן בית המקדש. [2]
רבן שמעון בן גמליאל הזקן איז געהארגט געווארן כ"ה סיון [3] צוזאמען מיט רבי ישמעאל בן אלישע כהן גדול ביים חורבן פון צווייטן בית המקדש, און ער איז איינע פון די עשרה הרוגי מלכות.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.