נומער וואס מ׳קען רעפרעזענטירן ווי דער פארהעלטעניש פון צוויי גאנצער צאלן From Wikipedia, the free encyclopedia
א ראַציאנאַלע צאָל אין מאטעמאטיק איז א רעאלע צאל וואס מ'קען רעפרענזענטירן ווי די פארהעלטעניש (לאטיין ratio ראַציא) פון צוויי גאנצע צאלן. דער סכום פון אלע ראציאנאלע צאלן ווערט באצייכנט . מען שרייבט א ראציאנאלע צאל ווי א ברוכטייל (טיילציפער) p/q פון צוויי גאנצע צאלן, דער ציילער p און דער (נישט נול )טיילער q.
אזוי ווי דער טיילער q קען זיין גלייך צו 1, איז יעדע גאנצע צאל א ראציאנאלע צאל.
דער סכום מיט די אפעראציעס פון צוגאב און טאפלונג (פון רעאלע צאלן) שאפט א פעלד, דאס פעלד פון ראציאנאלע צאלן.
די דעצימאלע אויסשפרייטונג פון א ראציאנאלער צאל וועט אדער ענדיגן נאך א געוויסער צאל ציפֿערן אדער וועט אנהייב איבערחזר׳ן די זעלבע ענדיגלאזן סעקווענץ פון ציפערן איבער און איבער.
א רעאלע צאל וואס איז נישט ראציאנאל רופט מען אומראציאנאל. אומראציאנאלע צאלן שליסן איין π, e און φ. די דעצימאלע אויסשפרייטונג פון אן אומראציאנאלער צאל איז ממשיך אויף אייביג אן זיך איבערחזר׳ן. דאס געזעמעל פון ראציאנאלע צאלן איז צאלבאר, און דאס געזעמעל פון רעאלע צאלן איז אומצאלבאר, מילא זענען כמעט אלע רעאלע צאלן אומראציאנאל.[1]
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.