ראטערדאם
From Wikipedia, the free encyclopedia
ראָטערדאַם (האלענדיש: Rotterdam) איז א פארט שטאט אין האלאנד, און די גרעסטע שטאט אין לאנד נאך אמסטערדאם. דער פארט איז דער גרעסטער פארט אין אייראפע, און דער צווייטער גרעסטער אין דער וועלט (נאך סינגאפור). ראטערדאם איז א חשובער אינטערנאציאנאלער האנדל צענטער.
די שטאט האט 603,425 איינוואוינער (2010).