![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/0/06/Kiryas_Joel_crop.jpg/640px-Kiryas_Joel_crop.jpg&w=640&q=50)
קרית יואל
א חסידיש שטעטל אין ניו יארק שטאַט / From Wikipedia, the free encyclopedia
קרית יואל (ענגליש: Kiryas Joel) איז א שטעטל געגרינדעט דורכן סאטמארער רבין רבי יואל טייטלבוים, וואס געפינט זיך אין פאלם טרי, אפּסטעיט ניו יאָרק.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/3/36/Kiryas_Joel_NY.png/320px-Kiryas_Joel_NY.png)
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/yi/thumb/e/ed/Kiryas_yoel_bais_hachaim.jpg/320px-Kiryas_yoel_bais_hachaim.jpg)
עס וואוינען דארט היינט צוטאגס איבער זיבן און א האלב טויזנט פאמיליעס. לויטן אמעריקאנישן צענזוס פון 2020 ווערטדי צאל איינוואוינער אפגעשאצט פאר אריבער צוויי און דרייסיג טויזנט נפשות (32,954). דער אפיציעלער רב איז דער סאטמארער רבי אהרן טייטלבוים, וועלכער איז אויפגענומען געווארן דורך זיין פאטער רבי משה טייטלבוים בעל ״ברך משה״ אלס "מרא דאתרא" (אפיציעלער שטאטס רב) אין יאר תשמ"ה [1985]. אבער א פראצענט תושבים -ארום 35 פראצענט- פון שטאט קערן זיך אן צו זיין ברודער רבי זלמן לייב טייטלבוים און א קליינער טייל–ארום 10 פראצענט–זענען פון בני יואל–א קעגנעריש פליגל צו רבי אהרן.[1] דער רב האט אבער א היבשע מאיאריטעט, און זיינע קאנדידאטן פארן שטאטראט האבן נאך קיינמאל נישט פארלוירן די וואלן. זיינע קאנדידאטן לויפן שוין די לעצטע 18 יאר אן קיינע קעגנער, צוליב וואס זיינע שונאים האבן איינגעזען אז זיי האבן בכלל נישט קיין מעגליכקייט צו געוואונען. ביי די וואלן תשס''ה ווען אברהם ווידער דער בירגערמייסטער איז געלאפן מיט דער שטיצע פון די אהרוינים, האט ער געהאט באלד 4,000 שטימען און הרב באנדא וואס איז געלאפן קעגן אים האט געהאט עפעס מער פון 2000 שטימען, און זייט דאן האבן די ארונים פיל מער אויסגעברייטערט זייער מאיאראטעט, צוליב וואס פיל ארונים פון וויליאמסבורג ציען זיך כסדר קיין קרית יואל, און די זאלוינים ציען זיך מער ארויס צו די גלילות ארום אדער צו אנדערע שטעט.
דער אפציעלער דומ"ץ פונעם שטעטל מטעם די ארונים איז הרב געציל בערקאוויטש (ארונים). דער דיין פאר די זאלוינים איז הרב אריה ראזענפעלד. עס געפינען זיך היינט אין קרית יואל ארום 100 בתי מדרשים, רוב געהערן פאר סאטמאר, עס איז אבער אויך דא דערצווישן שולן פון אנדערע קרייזן און הויפן ווי למשל טאהש, ספינקא, תולדות אהרן און ברסלב.
דער הויפט פאר'אנטווארטליכער זיכערהייט-שעף, איז משה לייב וויטריאל, א גאר געטרייער שטאט היטער, וואס האט שוין אדורכגעפירט אסאך העראישע מיסיעס לטובת הכלל, מיט זיין דיפלאמאטישע כח, סיי אין קרית יואל און אין גרעיטער ניו יארק בכלל, מיט אומגעהויערע סוקסעס.
דער אלגעמיינער סקול דיסטריקט פון קרית יואל ליגט אונטער דער הנהגה פון רבי אהרן טייטלבוים. אבער עס איז אויך דא צוויי מוסדות נעבן קרית יואל וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דער אלגעמיינער חינוך סיסטעם פון דער שטאט, נאר האבן זיך אויפגעשטעלט אייגענע חינוך סיסטעמען, די קהילה פון בני יואל און די קהילה און וואס געהער צו רבי זלמן לייב טייטלבוים.
דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן אין יאר תשל"ז [1977], און האט א זעלבסטעשטענדיגן לעגאלן שטאטראט. די פאליטישע פיגורן באשטייען פון א בירגערמייסטער און פיר ווילעדזש קוראטארן, וואס ווערן אריינגעוועלט פאר 4 יאריגע טערמינען. דער יעצטיגער ערוועלטער בירגערמייסטער איז אברהם ווידער און די פיר קוראטארן זענען גאלדשטיין, פריינד, רייזמאן, און לאנדא; אלע זענען שטיצער פון רבי אהרן טייטלבוים.
מייסטנס גאסן פונעם שטאט ווערן גערופן אויף שטעט און דערפער פון דעם אלטן היים ווי עס האבן אמאל עקזיסטירט גרויסע רבנישע הויפן, מיט א חלק וואס ווערן גערופן אויפן שטעט פון ארץ ישראל, און געציילטע וואס טראגן נאך זייער ארגינעלן נאמען פון פאר דאס שטעטל איז אויפגעשטעלט געווארן די נעמען ווערט באשטימט דורך ר' אהרן.
אינעם יאר 2018 איז געשלאסן געווארן אן אפמאך מיטן שכינות'דיגן מאנרא זיך אפצוטיילן און גרינדן אן אייגענעם טאון מיטן נאמען פאלם טרי (Palm Tree אויפֿן נאמען פון די סאטמארער רבי׳ס טייטלבוי"ם) און ביי די וואלן האבן אריבער 80% וויילער געשטימט זיך אפצוטיילן פון מאנרא ווערנדיג דערמיט דאס ערשטע חסידישע שטעטל אין דער אמעריקאנישער היסטאריע.