קראקעווער געטא
From Wikipedia, the free encyclopedia
די קראקעווער געטא איז געווען איינע פון די פינף הויפט געטאס וואס די נאציס האבן אויפגעשטעלט אין פוילן.
חורבן אייראפע |
פריערדיגע עלעמענטן |
---|
נירנבערגער געזעצן · T-4 פראגראם · קאצעט |
אידן |
די נאצישע דייטשלאנד |
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם |
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע |
איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע פאנאר, אדעס |
ענדגילטיקע לײזונג וואנזע קאנפערענץ ריינהארד אקציע |
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק, טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו |
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק) |
סוף מלחמה: טויט מארשן בריחה· שארית הפליטה יידן |
אנדערע קרבנות |
פאראנטווארטליכע פארטייען |
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך · אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געשטאפא |
קאלאבאראציער |
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע |
ליסטעס |
ליסטע פון איבערגעבליבענע ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס |
רעסורסן |
קראקע איז געווען די הויפטשאט, פון דער גענעראלגובערנאמאן, עס האבן געוווינט אין קראקע, איידער דער קריג 60,000 יידן, זייענדיג איינע פון די עלסטע יידישע קהילות אין פוילן.
אין סעפטעמבער 1939, ווען די נאציס האבן איינגענומען פוילן, זענען געווען 80,000 יידן אין קראקע, זיי האבן גלייך אנגעפאנגען מיט צרות, קעגן די יידן אין שטאט, רויבערייען, און טעראר, איז געווען אויף א מאסן שטייגער. ביז מערץ 1941, זענען 40,000 יידן, פארטריבן געווארן פון דער שטאט, און אסאך אנדערע זענען אריבער צום רוסישע זייט גרעניץ, צו שטעטלעך אין די אומגעגנט, נאכדעם האט מען אויפגעשטעלט די געטא, די געטא איז גרויס געווען, צוויי אין א האלב קיוביק קילאמעטער, 18,000 יידן זענען דארט געווען איינגעשפארט, געווען ארגאניזאציעס, וואס האבן געהאלפן לינדערן די פראבלעמען פונעם געטא.
טויזנטער יידן זענען געווען באשעפטיגט, אין די פאבריקן, אין דער געטא, און אין דרויסן פון דער געטא, אין מיי-יוני 1942, האבן די נאציס פארשיקט 6,000 יידן, קיין בעלזשעץ, אין אקטאבער נאך 7,000 זענען פארשיקט געווארן קיין בעלזשעץ, און אוישוויץ, זעקס הונדערט יידן זענען אומגעקומען אינעם אומשלאגפלאץ.
מערץ 1943, זענען 2,000 יידן פארשיקט געווארן אין דער פלאשיווער געטא, און 2,500 קיין אוישוויץ, און 700 אומגעקומען אין קראקע.
די יידישע קאמף ארגאניזאציע, איז געווען אקטיוו אין דער קראקעווער געטא, דורכפירנדיג צענדליגע אטאקעס אויף דייטשע צילן, אבער פארקערט ווי אין דער ווארשעווער געטא, האבן זיי דורכגעפירט זייערע אקטן, אויף דער ארישע זייט. א באוואוסטע אקציע וואס זיי האבן דורכגעפירט, א באמבע אינעם קאפע צינגעריא, ווי עלף זענען אומגעקומען.