קארפאטן בערג
בערגקייט אין אייראפע / From Wikipedia, the free encyclopedia
די קאַרפאַטן בערג אדער קאַרפאַטן (פויליש, טשעכיש און סלאוואקיש: Karpaty) זענען א בארגקייט וואס שאפן א בויגן לאנג בערך 1,500 ק"מ איבער צענטראל און מזרח אייראפע; זיי זענען די צווייטע לענגסטע בארגקייט אין אייראפע, נאך די סקאנדינאווישע בערג, לאנג 1,700 ק"מ. זיי באזארגן דעם וואוין פאר די גרעסטע אייאפעישע באפעלקערונג פון ברוינע בער, וועלף, זאמש און ווילדע קעץ, מיט די גרעסטע קאנצענטראציעס אין רומעניע, ווי אויך א דריטל פון אל פלאנצן זגאלן אין אייראפע. אויך געפינען זין אין די קארפאטן און זייערע פארבערג א סך מינעראל-וואסערן. די דרום קארפאטן זענען דער גרעסטער באוועלדערטער שטח אין אייראפע.
די קארפאטן ציען זיך אין א בויגן פון טשעכיי (3%) אין דרום־מערב, אריבער סלאוואקיי (17%), פוילן (10%), אונגארן (4%) און אוקראינע (11%) ביז רומעניע (53%) אין מזרח און ווייטער צו די אייזערנע טויערן אויפן דוניי צווישן רומעניע און סערביע (2%) אין דרום. די העכסטע קייט אינערהאלב די קארפאטן איז די טאטרא, אויפן גרענעץ צווישן פוילן און סלאוואקיי, וואו די העכסטן שפיצן שטייגן איבער 2,600 מעטער.
די וויכטיקסטע שטעט אין אדער נאנט צו די קארפאטן זענען: פרעשבורג און קאשוי אין סלאוואקיי; קראקע אין פוילן; קלויזנבורג, הערמאנשטאט און בראשאוו אין רומעניע; און מישקאלץ אין אונגארן.