טשעכיש
From Wikipedia, the free encyclopedia
טשעכיש איז אַ סלאַװישע שפּראַך װאָס געהערט צו דער גרופּע פֿון די מערבֿ סלאַװישע שפּראַכען, צוזאַמען מיט פויליש, סלאוואקיש און סאָרביש. די טשעכישע שפּראַך שרײַבט מען מיט גלחישע (לאטיינישע) אותיות.
טשעכיש איז די הויפּט שפּראַך פֿון טשעכיי. צוועלף מיליאן מענטשן רעדן טשעכיש. טשעכיש איז גאנץ ענלעך צו סלאוואקיש, און די רעדערס פון די צוויי שפראך קענען איינער אנאנד פארשטיין.