קארלין סטאלין
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער קארלין סטאלין חסידישער הױף איז געגרינדעט געװארען דורך דעם גרויסן רבי'ן הר"ר אהרן פון קארלין, א תלמיד פון דעם מעזריטשער מגיד. קארלינער חסידים שטאמען פון קארלין לעבן פינסק אין װייס־רוסלאנד.
דער צווייטער רבי איז געווען זיין זון הר"ר אשר פון סטאלין. נאך אים איז געווען רבי זיין זון רבי אהרן פערלאוו, מחבר פון „בית אהרן".
נאך אים איז געווארן רבי זיין זון דער יונגער רבי הר"ר אשר.
דער צווייטער רבי אשר איז אוועק יונגערהייט איבערלאזנדיג זיין זון ישראל אלס קינד. די חסידים האבן אים אויפגענומען אלס רבי, דעריבער הייסט ער דער ינוקא.
- דער יונגער רבי הר"ר אשר האט אנגעהויבן פירן א רעביסטעווע נאך זיין פאטער'ס פטירה אין תרל"ב. ער האט נישט מאריך ימים געווען און ער איז נפטר געווארן נאך א יאר, חמשה עשר באב ה'תרל"ג (1873), אין דראהביטש ביי א מגפה וואס האט געווילדעוועט אין דער שטאט. זיין ערשטע ווייב איז געווען מרת חיה, א טאכטער פון רבי מנחם נחום טווערסקי פון מאקאראוו; זי איז געשטארבן תרל"ג ביים געבורט פון איר טאכטער חנה. זיין צווייטע ווייב איז געווען מרת שרה דבורה, טאכטער פון רבי אלימלך שפירא פון גראדזשיסק און די אלמנה פון רבי יחיאל יעקב האפשטיין פון קאזשניץ.
- רבי ישראל דער סטאלינער "ינוקא": נאך דער פטירה פונעם יונגן רבי'ן הר"ר אשר, איז זיין זון ישראל געווען אלט נאר פיר און א האלב יאר. טראץ דעם האבן די חסידים געזען אין אים זייער מנהיג, אזוי ווי זיין זיידער רבי אהרן האט שוין געזאגט אויף אים. ביי זיין בר מצוה, י' כסלו ה'תרמ"ב (1881) האבן די זקני החסידים, צווישן זיי רבי דוד צבי שלמה בידערמאן פון לעלאוו, אים געגעבן א כתב נשיאות. צוליב זיינע יונגע יארן האט מען אים גערופן 'ינוקא'[1]. דער סטאלינער ינוקא האט געפירט זיין רעביסטעווע 50 יאר. ער האט געהאט צענדליקע טויזנטער חסידים. רבי ישראל איז נפטר געווארן ראש השנה ה'תרפ"ב (1921), ווען ער איז געווען אין פראנקפורט, דייטשלאנד, פאר א רפואה.
- רבי ישראל האט איבערגעלאזט זעקס זין, טייל פון זיי האבן געפירט באדמו"רות:
- דער בכור רבי אשר אין סטאלין (האט נישט געפירט).
- רבי אהרן אין ווארשע, פוילן, (האט נישט געפירט, אבער ער איז געווען דער מנהיג פון די קארלינער חסידים אין פוילן).
- רבי יעקב חיים האט געפירט א הויף אין וויליאמסבורג, ברוקלין אין די פאראייניגטע שטאטן; ער איז נפטר געווארן ו' אייר תש"ו אין דעטרויט וואו ער איז געגאנגען צו זיינע חסידים דארט, און ער ליגט אין דעטרויט. ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
- רבי משה האט געפירט זיין הויף אין סטאלין.
- רבי אברהם אלימלך האט געפירט אין קארלין.
- רבי יוחנן האט געפירט אין לוצק.
ביי דער חורבן אייראפע זענען אומגעקומען פיר פון די ברידער: רבי אשר מיט רבי משה זענען אומגעקומען ביי דער רציחה פון די סטאלינער יידן ערב ראש השנה; רבי אברהם אלימלך איז דערמארדעט געווארן, אזוי איז אנגענומען ביי די חסידים, י"ד חשוון תש"ג (1942); רבי אהרן האט מען דערמארדעט אין ווארשע אין חודש אב.
- רבי אשר (סטאלין)
- רבי יעקב חיים פון דעטרויט
- רבי משה פון סטאלין
- רבי אברהם אלימלך פון קארלין
די קארלינער חסידים זענען באקאנט אלס עובדים וואס שרייען, שאקלען זיך, און זינגען ביים דאווענען.