From Wikipedia, the free encyclopedia
קאצק איז א חסידות געגרינדעט דורך רבי מנחם מענדל מארגנשטערן אינעם שטעטל קאצק, קאנגרעס פוילן, אין די סוף ת"ק יארן, וואס האט ממשיך געווען ביז דער חורבן אייראפע.
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ. דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען. |
דער גרינדער פונעם חסידות איז געווען דער אלטער קאצקער רבי, רבי מנחם מענדל, א חסיד פון דעם ייד הקדוש און דעם רבי ר' בונים פון פרסשיכע. רבי מנחם מענדל האט ווייטערגעפירט מיט דעם דרך פון זיין רבי'ן ר' בונים, און האט דערגעגנט אויספירן מופתים, און ווייניג געפירט טישן.
נאך זיין פטירה אין תרי"ט, האבן דער גרעסטער טייל פון זיינע חסידים (כולל צוויי זין און אן איידעם זיינע) מקבל מרות געווען פון רבי יצחק מאיר אלטער פון ווארשע אלס רבי. רבי יצחק מאיר (דער "חידושי הרי"ם") איז געווען דעם קאצקער רבי'נס א שוואגער (ווייל זיין ווייב איז געווען א שוועסטער פון דעם קאצקער רבי'נס צווייטן זיווג).
אין דער לויף פון די יארן האט דער קאצקער רבינס איידעם, רבי אברהם בארנשטיין, אויפגעשטעלט א הויף אין סאכאטשאוו, נאך דער פטירה פון רבי רבי ר' העניך פון אלעקסאנדער, דער ממלא מקום פונעם חידושי הרי"ם, אין תרל"א.
אין גער און סאכאטשאוו, אזוי ווי אין קאצק, האט מען געלייגט א גרויסן דגש אויף לערנען.
א טייל פון די קאצקער חסידים זענען געבליבן אונטער דער הנהגה פון רבי דוד מארגנשטערן, דעם אלטן קאצקער רבינס עלצטער זון, און פון אים איז ארויסגעקומען די קאצקער דינאסטיע וואס האט זיך געצויגן ביזן חורבן אייראפע, ווען רוב קאצקער חסידים און אייניקלעך זענען אומגעקומען.
רבי דוד מארגנשטערן (ה'תקס"ט – כ"ב תמוז ה'תרל"ג) איז געווען דער צווייטער קאצקער רבי. ער איז געווען א תלמיד פונעם רבין ר' בונים און פון זיין פאטער. ער האט געהייראט טויבא גרינוואלד, א טאכטער פון ר' הערשל דישקעס פון אפאטשנא, י"א אלול תקפ"ז[1]. ער האט געהאט פרנסה פון א קלייט וואס זיין ווייב האט געפירט. נאך זיין פאטער פטירה איז ער געווארן זיין ממלא מקום אין קאצק. ער האט נישט פארשריבן זיינע תורות. אין תשס"ז האט זיין אייניקל ברוך גוטער ארויסגעגעבן דעם "אהבת דוד השלם" מיט זיינע תורות, און אויך א ביאגראפיע.[2]
נאך זיין פטירה האבן צוויי פון זיינע זין אנגעהויבן פירן רעביסטעוועס, רבי ישראל פון פילעוו און רבי צבי הירש לאמאזשער. נאך א זון זיינער, רבי יעקב יהושע (נפטר ט"ו ניסן ה'תרס"ט, 1909) האט נישט געוואלט פירן און איז געווארן א חסיד פון זיין ברודער, דער פילעווער רבי. אבער נאך דער פטירה פונעם פילעווער אין תרס"ו האט א היבשער טייל פון זיין ברודערס חסידים אים אויפגענומען פאר א רבי. רבי דוד און רבי יעקב יהושע ליגן אין דעם בית עולם אין קאצק לעבן דעם אלטן רבין, רבי מנחם מענדל.
רבי חיים ישראל מארגנשטערן (ת"ר – י"ב סיון תרס"ה, 1905) האט געוואוינט אין קאצק און נאכהער אין פילעוו. ער האט געפירט א גרויסן הויף, כמעט אלע פון זיין פאטערס חסידים זענען געקומען צו אים. ער האט פרובירט צו גרינדן אן ארגאניזאציע צו קויפן לאנד אין ארץ ישראל בכדי שומרי תורה ומצוות זאלן קענען וואוינען דארט.
נאך זיין פטירה האבן זיינען זין געפירט רעביסטעוועס.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.