צפון אירלאנד
From Wikipedia, the free encyclopedia
צפון אירלאנד (איריש: Tuaisceart Éireann, אלסטער שאטיש: Norlin Airlann) איז דאס קלענסטע פון די פיר לינדער וואס שטעלן צוזאם דאס פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און צפון אירלאנד. צפון אירלנד געפינט זיך אין צפון מזרח פון דעם אינזל אירלאנד און האט א שטח פון 14,139 קוואדראט ק"צ. צו דרום און מערב האט עס א גרענעץ מיט דער רעפובליק פון אירלאנד. זיין הויפטשטאט איז בעלפאסט. די באפעלקערונג פונעם לאנד איז געווען בערך 1,750,000 [1] אין יוני 2006, אומגעפער 3% פון דער גאנצער באפעלקערונג פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.
צפון אירלאנד איז געווארן אין יאר 1921, פון זעקס דיסטריקטן (פון ניין אינגאנצן) אין אלסטער, א טייל פון אירלאנד. די איבעריגע דיסטריקן פון אירלאנד זענען געווארן אן אומאפהענגיק לאנד, די רעפובליק פון אירלאנד.