From Wikipedia, the free encyclopedia
א צעל איז דער קלענסטער לעבעדיקער אײנס, מיט װאָס יעדער לעבעדיקער אָרגאַניזם איז צונױפֿגעשטעלט. דאָס װאָרט צעל שטאַמט פֿון לאטיין cellula, אַ קעמערל. עס הײסט אַזױ, װײַל גענױ אַזױ קוקט דאָס אױס װי קלײנע קעמערלעך. די צעל איז אַזױ װי אַ ציגל פֿאַר אַ בנין מיט װאָס דער קערפּער איז געבױט. די שטודיע פון צעלן ווערט גערופן צעל-ביאלאגיע.
א צעל באשטייט פון ציטאפלאזם איינגעהילט אין א מעמבראנע, וואס אנטהאלט פיל ביאמאלעקולן ווי פראטעינען און נוקלעאין-זייערסן.[1] אן ארגאניזם קען זיין איינצעליק (וואס באשטייט פון אן איינצלן צעל; כולל באקטעריע) אדער פֿילצעליק (כולל פלאנצן און בעלי חיים).[2] די צאל צעלן אין פלאנצן און בעלי חיים טוישט זיך צווישן די זגאלן; עס ווערט גערעכנט אז מענטשן אנטהאלטן עטלעכע 40 טריליאן (4×1013) צעלן.[lower-alpha 1][3] די רוב צעלן פון פלאנצן און בעלי חיים קען מען זען נאר מיט א מיקראסקאפ, מיט דימענסיעס צווישן 1 און 100 מיקראמעטער.[4]
ראבערט הוק האט אנטפלעקט צעלן אין יאר 1665.
דער קערפער פון א מענטש איז געגליכן צו א קאר. עס איז א קאמפליצירטע מאשין, וואס איז צוזאמגעשטעלט פון פיל באזונדערע חלקים, וואס ווען אלע חלקים ווערן צונויפגעשטעלט פונקאציאנירט די קאר מייסטערהאפטיג. אזוי אויך דער מענטש, איז א מייסטערהאפטיגע מאשין וואס אלע אברים ארבעטן מיט א הארמאניע צו מאכן זיכער אז אלע קערפערליכע פונקציעס ווערן אויסגעפירט. יעדער אבר שטעלט צו צום מאשין זיין חלק וואס דער אבר ברויך צוצושטעלן, ווי למשל דער לונג מאכט זיכער אז די לופט זאל אריינקומען און ארויסגיין, אריין צו פיטערן זויערשטאף (דאס איז אקסיגען) צו די הונדערט טריליאן צעלן פונעם קערפער, און צוריק ארויסצושפייען די אויסגענוצטע לופט.
יעדער אבר, נישט קיין חילוק אויב עס איז די לונג, ניר, קישקע, צו האר, אלעס איז צוזאמגעשטעלט פון צעלן. אלע צעלן האבן בערך די זעלבע באשטאנדטיילן, נאר זיי האבן בעזונדערע תפקידים. אבער דער יסוד איז אלעמאל די זעלבע, למשל אן איינצעלנער לונג צעל ארבעט מיט הארמאניע מיט א גאנצער ארמיי פון לונג צעלן, צו פארמירן אן אבר וואס טוט די פונקציעס פון א לונג. דאס זעלבע איז מיט די לעבער א.א.וו. עס איז דא א מייסטערהאפטע קאמוניקאציע סיסטעם ווי אלעס קאמוניקירט דורך כעמיקאלע זענדונגען מיט די גוטהייסונג פונעם מח.
יעדע צעל האָט אַן אײַנהיל װאָס מען רופֿט אים צעל מעמבראַנע װאָס אָפּצוטײלט די צעל פֿון אױסערע סבֿיבֿה. אינעװײניק איז די צעל פֿאַרפֿולט מיט ציטאָפּלאַזם, אַ געל װאָס שליסט אײַן פֿאַרשײדענע צעלולאַרע עלעמענטן. די דאָזיקע עלעמענטן װאָס האָבן אײגענע מעמבראַנעס הײסן "אָרגאַנעלעס" און זײַנען קאָמפּאַרטמענטס, די שפּילן װאָס מאַכן אײגענע אלא קאָניוגירטע ראָלעס.
צעלן מיט א צעלקערן זענען אייקאריאטן (כולל פראטיסטן, שוואמען, פלאנצן און בעלי חיים); צעלן אן א צעלקערן זענען פראקאריאטן (כולל ארכעען און באקטעריע). פראקאריאטן האבן נאר אן איינצלען צעל; אייקאריאטן אבער קענען האבן אדער איין צעל אדער מערערע צעלן.
אלע צעלן, סיי פראקאַריאטן סיי אייקאַריאטן, האבן א הייטל וואס הילט איין דעם צעל, קאנטראלירט וואס באוועגט זיך אריין און ארויס, און האַלט דעם עלעקטרישן פאטענץ פונעם צעל. אינעגרהאלב דעם הייטל, נעמט דער ציטאפלאזם דעם גרעסטן טייל פון דעם צעל׳ס פֿאַרנעם. אלע צעלן (אויסער רויטע בלוטצעלן, וואס האבן נישט קיין צעלקערן כדי צו לאזן פלאץ פאר העמאגלאבין) פֿארמאָגן DNA, דעם ירושה׳דיקן מאטריאל פון גענעס, און RNA, וואס אנטהאלט די נייטיגע אינפֿארמאציע צו בויען פֿארשידענע פראטעינען ווי למשל ענזימען, דעם צעל׳ס ערשטיקע מאשינעריע.
צעל צעטיילונג איז ווען אן איינצעלער צעל (גערופן א מוטער־צעל) צעטיילט זיך אין צוויי טעכטער צעלן. דאס פירט צו א וואוקס אין מולטיצעל־ארגאניזמען (די וואוקס פון געוועב) און צו פֿרוכפערונג (וועגעטאטיווע רעפראדוקציע) אין איינצעל־ארגאניזמען. פראקאריאטישע צעל צעטיילן זיך דורך בינארישער שפאלטונג, אייקאריאטישע צעלן אבער גייען אדורך א פראצעס פון נוקלעארישער צעטיילונג, גערופן מיטאז, און דערנאך צעטיילט זיך דער צעל, גערופן ציטאקינעז.
צווישן די צייטן ווען א צעל צעטיילט זיך, טוט דער וואקסן דורך דעם פונקציאנירן פון צעלולערישן מעטאבאליזם. צעל־מעטאבאליזם איז דער פראצעס דורך וואס איינצעלע צעלן פראצעסירן נערשטאף מאלעקולן. מעטאבאליזם האט צוויי באזונדערע אפטיילן: קאטאבאליזם, וואו דער צעל צעברעכט קאמפלעקסע מאלעקולן צו פראדוצירן ענערגיע, און אנאבאליזם, וואו דער צעל ניצט ענערגיע אויפצובויען קאמפלעקסע מאלעקולן און אויספירן אנדערע ביאלאגישע פונקציעס. קאמפלעקסע צוקערן וואס ווערן פארניצט דורך דעם ארגאניזם קענען ווערן איינגעבראכן אויף מער פשוטע מאלעקולן גערופן מאנאסאכארידן ווי גלוקאז. אינערהאלב דעם צעל ווערט גלוקאז איינגעבראכן צו מאכן אדענאסין טריפאספאט, א מאלעקול וואס האט ענערגיע ארויסצוגעבן, אין צוויי פארשידענע וועגן.
צעלן האבן די מעגלעכקייט צו סינטעזירן נייע פראטעינען, וואָס זענען לעבנס־נייטיק פֿאַר די מאדולאַציע און אויפֿהאַלטונג פֿון צעלולארישע טעטיקייטן. אין דעם דאָזיקן פראצעס ווערן נייע פראטעין מאלעקולן פֿארמירט פון פארשידענע אמינאזייערסן לויט דער אינפארמאציע איינקאדירט אין DNA/RNA. פראטעין־סינטעז באשטייט פון צוויי הויפט שריט: טראנסקריפציע און טראנסלאציע.
טראנסקריפציע איז דער פראצעס וואו גענעטישע אינפֿארמאציע אין DNA ווערט גענוצט צו פראדוצירן א דערגאנציק RNA שנירל. דאס דאזיקע RNA שנירל ווערט פראצעסירט צו שאפן ״שליח RNA (mRNA), וואס קען וואנדערן פריי אדורך דעם צעל. mRNA מאלעקולן פארבינדן זיך צו פראטעין-RNA קאמפלעקסן גערופֿן ריבאסאמען פלאצירט אין דעם ציטאסאל, וואו זיי ווערן טראנסלאטירט אין פאליפעפטיד נאכאנאנדקייטן. דער ריבאסאם פֿאַרמיטלן דאס פארמירן פון א פאליפעפטיד נאכאנאנדקייט לויט דער mRNA נאכאנאנדקייט. דער נייער פאליפעפטיד ווערט איינגעוויקלט אין א פונקציאנאלן דריי-דימענסיאנעלן פראטעין מאלעקול.
איינצעליקע ארגאניזמען קענען באוועגן זיך כדי צו געפינען עסן אדער צו אנטלויפֿן פון פֿארצוק־ארגאניזמען.
אין פֿילצעליקע ארגאניזמען קענען צעל זיך באוועגן ווערנד פראצעסן ווי וואונד־היילן, דער אימונע־אפרוף און קענסער־מעטאסטאזיס. למשל, ביי וואונד־היילן אין בעלי חיים, באוועגן זיך ווייסע בלוט צעל צום ארט פֿונעם וואונד כדי צו הרג׳ענען די מיקראארגאַניזמען וואס זענען גורם אינפֿעקציע. דער פראצעס פון צעל־באוועגונג ווערט צעטיילט אין דריי טריט – ארויסשטארצן פון דעם פֿאדערשטן עק פונעם צעל, אנהענגען פונעם פֿאדערשטן עק און אפהענגען ביים צעל־קערפער און הינטערשטן טייל, און ציטא־סקעלעטאלישע איינציען צו שלעפן דעם צעל פֿארויס. יעדער טריט ווערט געפירט דורך פיזישע קראפטן גענערירט דורך איינציגע סעגמענטן פונעם ציטאסקעלעט.[5][6]
אַלץ צוזאַמען זענען פֿאַרהאַן 100 טריליאָן צעלן אין דעם מענטש. דער קלענסטער צעל איז אין דער זרע פֿון אַ מאַן. און דער גרעסטער צעל איז אין אַ אײ פֿון אַ פרוי.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.