פראטיסטן
אייקאראטישע מיקרא־ארגאניזמען מיט איין צעל / From Wikipedia, the free encyclopedia
פראטיסטן זענען די גרופע פון אייקאריאטן וואס געהערן נישט צו די בעלי חיים, פלאנצן און שוואמען. טייל פראטיסטן דארפן איינזאפן ארגאנישן מאטריאל פון דער סביבה, אבער אנדערע פראטיסטן זענען מער ענלעך צו פלאנצן און ברויכן נישט איינזאפן ארגאניזמען פון דער סביבה כדי צו עקזיסטירן.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/4/4f/DysnectesBrevis.jpg/250px-DysnectesBrevis.jpg)
די מערהייט פון פראטיסטן האבן נאר איין צעל, און זענען גרויס צווישן 0.01 און 0.5 מילימעטער.
פראטיסטן לעבן אין יעדער סביבה וואו עס געפינט זיך וואסער.