פעריאדישע טאבעלע
From Wikipedia, the free encyclopedia
די פעריאדישע טאבעלע פון די כעמישע עלעמענטן איז א טאבעלירטע מעטאדע צו ווײַזן די כעמישע עלעמענטן. זי איז ערפֿינדן פונעם רוסישן כעמיקער דמיטרי מענדלעעוו אום 1869. מענדלעעוו האט געהאט אינזינען אז די טאבעלע וועט ווײַזן אז דער סדר פון די עלעמענטן האט א גאנג וואס חזרט זיך איבער ("פעריאדיש"). במשך די יארן האט מען פארברייטערט דעם אויסלייג פון דער טאבעלע, ווען מען האט אנטפלעקט נייע עלעמענטן.[1]
די טאבעלע ווערט ברייט אנגעווענדט אין כעמיע, פיזיק, ביאלאגיע און אינזשעניריע, ספעציעל כעמישע אינזשעניריע. די סטאנדארטע טאבעלע אנטהאלט 118 עלעמענטן (דעצעמבער, 2015).
די רייעס פון דער טאבעלע רופט מען פעריאדן; די זיילן רופט מען גרופעס. זעקס גרופעס (זיילן) האבן אויך נעמען אויך נומערן: צום ביישפיל, גרופע 17 עלעמענטן זענען די האלאגענס; און גרופע 18, די איידעלע גאזן. פון דער פעריאדישער טאבעלע קען מען ארויסדרינגען פארהעלטענישן צווישן די אייגנשאפטן פון די עלעמענטן, און מען קען פֿאראויסזאגן די אייגנשאפטן פון נייע עלעמענט וואס מען האט נאך נישט אנטפלעקט. די פעריאדישע טאבעלע איז א ניצבארער ראם צו אנאליזירן כעמישע אויפפירונג און איז ברייט באניצט אין כעמיע און אנדערע וויסנשאפטן.
אנדערע כעמיקער אחוץ מענדלעעוו האבן פארגעשטעלט פארשידענע טאבעלעס פון די כעמישע עלעמענטן, אבער מענדעלעעוו׳ס איז געווען די מערסט געלונגענע. אריגינעל האט ער אריינגעלייגט די עלעמענטן לויטן סדר פון זייער אטאמישן געוויכט, אבער היינט איז די טאבעלע אויסגעלייגט לויטן אטאמישן נומער. דער גרויסער דערפאלג פון מענדעלעעוו׳ס טאבעלע איז געווען פאראויסזאגן די עלעמענטן סקאנדיום, גאליום און גערמאניום, וואס מען האט נישט געוואוסט פון זיי ווען ער האט געשאפן זיין טאבעלע, אבער שפעטער האט מען זיי אנטפלעקט גענוי אין די פעלנדע פלעצער אין דער טאבעלע.