פנחס לבון (לאַוואָן) איז געווען פארטיידיגונקס מיניסטער פון ישראל אינדערצייט ווען משה שרת איז געווען פרעמיער מיניסטער.

גיכע פאקטן געבורט, טויט ...
פארמאכן

ביאגראפיע

לבון איז געבוירן געווארן אין גאליציע צו זיין פאטער הרב יוסף לוביאניקער מחבר פון חוט המשולש.

ער האט חתונה געהאט צום ערשטן מאל מיט א פרוי מיט צוויי קינדער. אבער גלייך נאך דער חתונה איז ער געוואויר געווארן אז זי איז א זונה און ער האט זי גע׳גט.

א יאר נאכהער האט ער געהייראט בזיווג שני לוסי עלשטיין. זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.

לבון פרשה

ווען לבון איז געווען פארטיידיקונגט מיניסטער האט ישראל געהאט א שפיאנאזש נעץ אין עגיפטן, און ווי באלד ישראל האט מורא געהאט, אז בריטאניע וויל זיך ארויס ציען פונעם סועץ קאנאל געגנט, און דערביי וועט עגיפטן זיך שטארקן קעגן ישראל, האט מען באשלאסן אין ישראל אז די שפיאנאזש נעץ וועט טוען סאבאטאזש קעגן ענגלאנד און אמעריקא.

די געהיים פאליציי אין עגיפטן האט זי געכאפט, און דערביי האט זיך אנגעפאנגען די פראגע ווער עס האט פארארדענט די גייען טוען די סאבאטאזש. די חברים פונעם נעץ זענען געזעצן אין טורמע איינער איז באגאנגען זעלבסטמארד, אפאר זענען געהאנגען געווארן.

דאס געשעעניש רופט מען אין ישראל די פרשה מיט דער הא הידיעה, זי האט באשעפטיקט דאס געזעלשאפט אויף יארן, מיט באשולדיקונגען און אסאך פאליטיק.


Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.