From Wikipedia, the free encyclopedia
בנימין ״פֿואַד״ בן אליעזר (12טן פעברואר 1936, י"ט שבט ה'תרצ"ו – 28סטן אויגוסט 2016, כ"ד אב ה'תשע"ו) איז געווען א כנסת דעפוטאט, און א געוועזענער הויכער אפיציר אין צה"ל. ער איז געווען פארטיידיקונגס-מיניסטער אין ישראל, און האט אויך געהאלטן אנדערע מיניסטארישע אמטן.
געבורט |
12 פעברואר 1936 באצרא, איראק | ||||
---|---|---|---|---|---|
טויט |
28 אויגוסט 2016 (אלט 80) תל אביב-יפו, ישראל | ||||
מדינה | ישראל | ||||
באשעפטיגונג | פאליטיקער, אפיציער | ||||
פארטיי | ארבעטס-פארטיי | ||||
| |||||
| |||||
| |||||
בן אליעזר איז געבוירן געווארן דעם 12טן פעברואר 1936 אין דער שטאט באצרא, איראק, צו זיינע עלטערן פרחה און צאלאח. זיין נאמען ביים געבוירן איז געווען פֿואד אלעזר. זיינע עלטערן האבן געמאכט עליה אין יאר 1950, דעמאלט האט ער זיך געטוישט דעם נאמען אפיציעל צו בנימין.
אין יאר 1954 איז בן אליעזר אריין אין מיליטער אין דער גולני בריגאדע אלס א קעמפער, ער איז געשטיגן אויפן מיליטערישן לייטער אלס אפיציר. ביי דעם לבנון ברודער קריג, האט ער געהאלפן די קריסטן אין מערערע הינזיכטן, ווי אויך אנקניפן באציאונגען צווישן די קריסטליכע לבנון מיט ישראל.
אין 1982, האט ער פארלאזט די ארמיי, און זיך געוואנדען צו פאליטיק. ער האט אנגעהויבן אין א פארטיי וואס עזר ווייצמאן האט געגרינדעט. נאך די וואלן איז ער אריין אין כנסת. די פארטיי האט זיך פאראייניגט מיט די עבודה, ווי ער האט געדינט אלס מיניסטער אין עטליכע רעגירונגען.
אין 1994 האט יצחק רבין אים געשיקט קיין טוניסיע, זיך צו טרעפן מיט יאסער אראפאט.
אין 2001 האט אריק שרון אים געשטעלט אלס פארטיידיגונגס מיניסטער. אין זיין תקופה האט זיך אנגעהויבן די אינטיפאדע.
היינט איז ער פון די עלסטע אמטירנדע כנסת דעפוטאטן, פון דער ארבעטס-פארטי.
מיט זיין ערשטן ווייב רינה האט ער דריי קינדער, אופיר, נויה, און אברהם רחמים.
מיט זיין צווייטן ווייב דרורה-דולי ״פֿאני״ כהן, האט ער צוויי קינדער, טליה, און יריב.
דוד בן-גוריון · פנחס לבון · דוד בן-גוריון (ווידער) · לוי אשכול · משה דיין · שמעון פרס · עזר ווייצמאן · מנחם בעגין · אריאל שרון · מנחם בעגין (ווידער) · משה ארענס · יצחק ראבין · יצחק שמיר · משה ארענס · יצחק ראבין (ווידער) · שמעון פרס (ווידער) · יצחק מרדכי · משה ארענס · אהוד ברק · בנימין בן אליעזר · שאול מופז · עמיר פרץ · אהוד ברק · משה יעלון · אביגדור ליבערמאן · בנימין נתניהו · נפתלי בענעט · בעני גאנץ |
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.