פיזיק
From Wikipedia, the free encyclopedia
פֿיזיק (פון אלטגריכיש:(φυσική (ἐπιστήμη, פיזיקע (עפיסטעמע), וויסן פון נאטור[1]) איז די וויסנשאַפֿט וואס פארנעמט זיך מיט די נאטור באנעמונגען - מאטעריאל און קראפט. געוויינטלעך, ווערט זי באשריבן מיט מאטעמאטישע פארמולעס. דער ציל פון פיזיק איז אויפקלערן וויאזוי אביעקטן באוועגן זיך אין רוים און צייט און צו פארשטיין וויאזוי דער אוניווערס פירט זיך.
אויך קען פיזיק זיין דעפינירט ווי "דער אפטייל פון וויסן וואס איז שייך צום סדר פון נאטור, אדער, אין אנדער ווערטער, צום רעגולערן נאכאנאנד פון געשעענישן".[2]
אסטראנאמיע, די עלטסטע וויסנשאפט, איז א טייל פון פיזיק. אין דער פארגאנגענהייט איז פיזיק געווען א טייל פון נאטור-פילאסאפיע, צוזאמען מיט אנדערע פעלדער פון וויסנשאפט, ווי כעמיע און ביאלאגיע. בשעת דער וויסנשאפטלעכער רעוואלוציע אין דעם 17טן יארהונדערט זענען די דאזיגע פעלדער געווארן באזונדער, און יעדע איינע איז געווארן אן אייגענער דיסציפלין.
פיזיק איז זייער וויכטיק אין דער אנטוויקלונג פון נייע טעכנאלאגיעס, ווי עראפלאנען, טעלעוויזיעס, קאמפיוטערס און יאדערישע וואפן. מעכאניק, א צווייג פון פיזיק, האט געהאלפן אנטוויקלען דאס מאטעמאטישע פעלד פון קאלקולוס.
מאדערנע פיזיק פארבינדט אידעען וועגן די פיר געזעצן פון סימעטריע מיט קאנסערוואציע פון ענערגיע, אימפעט, לאדונג, און פאריטעט.