אל קיידא
From Wikipedia, the free encyclopedia
אל-קאידע (אַראַביש: القاعدة, "אַלקאַאידאַ"; ענגליש: Al-Qaedaֹ) איז א סוני איסלאם גלאבאלע טעראר ארגאניזאציע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין 1988 דורך עבדאללה עזאם און געארבעט אונטער דער פירערשאפט און פינאנציעלער שטיצע פון דער סאודישער ארכי-טעראריסט אסאמא בין לאדען, פון 1989 ביז ער איז געהרגעט געווארן אין 2011 אין א געלוגענע אפעראציע פון די אמעריקאנער מיליטער.
דעם ארטיקל דארף מען רעדאקטירן.
טוט פֿאררעכטן גרײַזן אין גראמאטיק, אויסלייג און סטיל אין דעם ארטיקל. דערנאך קענט איר אראפנעמען דעם מוסטער.
צו על קאידע איז צוגעשריבען אסאך טעראר אטעקעס אויף לענדער איבער די וועלט די עיקר דערפון אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, די סעפטעמבער 11 אטאקעס אויף די צווילינג טורעמס און די פענטאגאן. זי ווערט פארעכנט פאר א טעראר ארגעניזאציע וואס איז קלוג אין אכזריות'דיג וואס שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט זאל עס זיין אומשילדיגע פארבייגייער רעלגיזע פאלצער פון אנדרע רליגע'ס, אין טרצדעם לעבן זי איבער די פארביסנע קאמפן וואס אסך לענדער האבן אוסגערופן קעגן איר אסך לענדער אין שפיץ פון אמעריקע און אירע אליאירטע לענדער. אל קאידע איז אַקטיוו בעיקר אין די פאלגענדע פלעצער פון קאָנפליקט: אפגאניסטאן, פאקיסטאן, טשעטשניע, באסניע און הערצעגאווינע, איראק, סיריע, תימן, אלעזשיר, מאראקא, ליביע, מאלי, מאריטאניע, סאמאליע, טוניסיע און סודאן. אין לענדער ווי עגיפטן, סאודי אראביע, באכריין און יארדאניע ארבעטן די רעגירונגען קעגן די ארגאניזאציע און אירע נאכפאלגער. פון יוני 2011 איז עס אנגעפירט געווארן דורך דער עגיפטישער טעראריסט איימאן אל-זאוואהירי ביז זיין מארד אין יולי 2022.