סקווירא, אוקריינע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דארט האט געוואוינט רבי יצחק טווערסקי זצ"ל דער ערשטער סקווערער רבי פונעם סקווערער דינאסטיע, אן אפצווייג פון דער טשערנאבילער דינאסטיע. היינט איז דאס חסידות הויפטקווארטירט אין שיכון סקווירא אין ראקלענד קאונטי, ניו יארק.

Thumb
דער סקווערער רבי שליט"א פון לינקס מיטן מאכניווקער רבי זצ"ל פון רעכטס

סקווערער חסידות

סקווערער חסידים זענען ממשיכים פון דעם ריינעם דרך החסידות פון אמאל, לייגנדיג א דגוש אויף התקשרות צו צדיקים, אהבת ישראל, מיט א אויטענטישן חסיד'ישן שטייגער. סקווערער חסידים זענען באקאנט פאר זייער איבערגעגעבנקייט צו זייער רבי און זיין פאמיליע. זיי ווייזן אן עקסטערן ענטוזיאסטישקייט פאר זייער רבינ'ס טישן, וועלכע ווערן געפירט בציבור אלע דריי סעודות יעדן שבת אן אויסנאם, און אויף פילע יומא דפגרא'ס. סקווירא האט פילע אייגנארטיגע מנהגים, וואס פארנעמען א פודאמענטאלן ארט אינעם לעבנסגאנג פון א סקווערער חסיד. דאס חסידות טוט אויך פאדערן אן עקסטערן מאס פרישות צווישן מענער און פרויען, און דער טאטאלער אפגעזונדערטקייט איז מערקבאר אויף די גאסן פון דעם שטעטל, ווי די בחורים און יונגעלייט גייען דורכ'ן טאג מיט די אויגן אראפ, און פרויען און מיידלעך קלאמערן זיך ארויס פון וועג כדי זיך צו דערווייטערן פון די מענער.

סקווערער חסידים טוען זיך אפט צוזאמקומען פאר יארצייטן און ראש חודש סעודות, אין צענדליגע ספעציעל געגרונדעטע חסידישע חבורות (גרופעס) מיט ראשי חבורות - וואס דער רבי האט איינגעשטעלט, וואו מען דערציילט צווישן זיך סיפורים פון אמאליגע רבי'ס און חסידים, און וואו מ'לערנט פונעם ספר "מאור עינים", וואס איז פארפאסט געווארן דורך דעם גרינדער פון דעם טשערנאבילער גזע - ר' מנחם נחום מטשערנאביל זצוק"ל.

Wikiwand in your browser!

Seamless Wikipedia browsing. On steroids.

Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.

Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.